אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רויטהאָריגע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[אלימלך פון ליזשענסק" ב־"[[רבי אלימלך פון ליזשענסק")
ק (החלפת טקסט – "[[משה סופר" ב־"[[רבי משה סופר")
שורה 13: שורה 13:
*דער [[בעל שם טוב]]
*דער [[בעל שם טוב]]
*דער [[אר"י הקדוש]]
*דער [[אר"י הקדוש]]
* דער [[משה סופר|חתם סופר]]
* דער [[רבי משה סופר|חתם סופר]]
*רבי ר' [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]]
*רבי ר' [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]]
*דער [[רבי מרדכי טווערסקי|טשערנאבילער מגיד]]
*דער [[רבי מרדכי טווערסקי|טשערנאבילער מגיד]]

רעוויזיע פון 19:33, 14 דעצעמבער 2023

 

רויט-האריגע וואס מ'רופט היינט אויף העברעאיש א ג'ינג'י (דזשינדזשי), און אין יידיש א רויטער אדער א געלער. דאס זענען אזעלכע וואס זייער האר (געווענליך מער ווייניגער פונעם קאפ) איז רויטלעך - צווישן ברוין, גאלד, אראנזש, בורשטין, און אויך טונקל בלאנד.

די שטארק רויטע, האבן געווענליך אויך רויטע באקן, און זומער-שפרענקלען, צוליב די היציגער בלוט טעמפער וואס זיי פארמאגן נאטורליך, און דאס בלוט צייגט זיך שטארק ארויס אויפ'ן הויט. דאס פאסירט צוליב די פיגמאַנט פון די קאלירן אינעם הויט און האר.

רויטע האר איז גאנץ פארשפרייט צווישן אידן אשכנזים.[1] אין יאר 1903 האבן 5.6% פון פוילישע אידן געהאט רויטע האָר.[2] אנדערע שטודיעס זענען דערגאנגען אז 3.69% פון אלע אידישע פרויען האבן רויטע האר אבער 10.9% פון יידישע מענער האבן רויטע בערד.[3] אין אייראפעאישער קולטור האט מען געהאלטן אז רויטע האַר איז א יידישער סימן: ביי דער שפאנישער אינקוויזיציע האט מען געכאפט אלע מיט רויטע האר אלס אידן.[4]

צו זיין א רויטער איז גראדע היבש חן געפעליג ביי אסאך מענטשן, און עס קען ציען ליבשאפט. און אינעם היסטאריע איז באקאנט פון היבש גרויסבאקאנטע פיגורן - באזונדער ביים יודישן פאלק, וואס זענען געווען רויטהאריגע, און מלא חן.

רעפערענצן

  1. Abel, Ernest L. (2001). Jewish genetic disorders: a layman's guide. Jefferson, N.C: McFarland. p. 229. ISBN 978-0-7864-0941-9.
  2. Elkind. Evrei Trudi Antropologitshes-kavo Amdilla, xxi., Moscow, 1903
  3. Maurice Fishberg (1911). Jews, race & environment. 99. Transaction Publishers. ISBN 978-1-4128-0574-2
  4. The Jewish Persona in the European Imagination: A Case of Russian Literature, By Leonid Livak, (Stanford University Press 2010).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!