אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק מרדכי שפירא"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "[[ישראל פון רוזשין" ב־"[[רבי ישראל פון רוזשין") |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי יצחק מרדכי''' איז געבוירן אין [[סאדיגורא]] אין [[חודש]] [[אב|מנחם אב]] [[ה'תרכ"ז]], צו זיין פאטער הרב '''[[אבי עזרא זעליג שפירא]]''' פון [[מאגלניצא]], א זון פון הרב [[חיים מאיר יחיאל שפירא]], פון [[מאגלניצא]], באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון [[גרעניץ]], אן איידעם פון [[קאזשניצער מגיד]]. און צו זיין מוטער מרת '''הדסה פייגא''' ( - [[י"א תשרי]] [[ה'תרצ"ב]]), א טאכטער פון הרב '''[[אברהם יעקב פרידמאן]]''' פון [[סאדיגורא]], א זון פון [[ישראל פון רוזשין|דעם הייליגן רוזשינער]]. | '''רבי יצחק מרדכי''' איז געבוירן אין [[סאדיגורא]] אין [[חודש]] [[אב|מנחם אב]] [[ה'תרכ"ז]], צו זיין פאטער הרב '''[[אבי עזרא זעליג שפירא]]''' פון [[מאגלניצא]], א זון פון הרב [[חיים מאיר יחיאל שפירא]], פון [[מאגלניצא]], באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון [[גרעניץ]], אן איידעם פון [[קאזשניצער מגיד]]. און צו זיין מוטער מרת '''הדסה פייגא''' ( - [[י"א תשרי]] [[ה'תרצ"ב]]), א טאכטער פון הרב '''[[אברהם יעקב פרידמאן]]''' פון [[סאדיגורא]], א זון פון [[רבי ישראל פון רוזשין|דעם הייליגן רוזשינער]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 16:32, 14 דעצעמבער 2023
רבי יצחק מרדכי שפירא זצ"ל (מנחם אב ה'תרכ"ז - ג' תמוז ה'תר"צ), פון גוואדזשיץ.
אפשטאם
רבי יצחק מרדכי איז געבוירן אין סאדיגורא אין חודש מנחם אב ה'תרכ"ז, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון מאגלניצא, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.
רבנות
נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האבן די חסידים פון גאליציע געבעטען רבי יצחק מרדכי און זיין ברודער רבי חיים מוניא זאלן קומען קיין גאליציע און דארט גרינדן זייער הויף, זיין ברודער האט זיך באזעצט אין דראהביטש און רבי יצחק מרדכי האט זיך באזעצט אין גוואדזשיץ.
ביי דער ערשטע וועלט קריג איז רבי יצחק מרדכי אנטלאפן קיין וויען, און איז דארט פארבליבן ביז זיין הסתלקות.
הסתלקות
רבי יצחק מרדכי איז נפטר געווארן ג' תמוז ה'תר"צ, און ער ליגט אין וויען.
זיין רביצין מרת צפורה פייגא איז נפטר געווארן כ' חשון ה'תש"ג. און זי ליגט אין הר הזיתים.
פאמיליע
רבי יצחק מרדכי האט געהייראט מרת צפורה פייגא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב ישראל פרידמאן פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
- הרב אבי עזרא זעליג שפירא ( - י"ט תשרי ה'תש"ד), ער האט געהייראט מרת בלומא רייזיל, א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים מאיר יחיאל שפירא (רבי חיים מוניא) פון דראהביטש. ער ליגט אין הר הזיתים.
- הרב אברהם יעקב שפירא הי"ד ( - ערב ראש השנה ה'תש"ד), פון סטאלין. ער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב ישראל פערלאוו "דער ינוקא" פון סטאלין.
- הרב שלום יוסף שפירא.
- הרב דוד משה שפירא (י"ט אלול ה'תרס"ד - ט"ו אייר ה'תשמ"ח), פון וויען - בראנקס-בארא פארק. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אלטע בת ציון ( - ד' טבת ה'תש"ט) א טאכטער פון הרב שלמה חיים פערלאוו פון באלעחאוו. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת רייזיל ( - כ"ב חשון ה'תשמ"ג) א טאכטער פון הרב שרגא פייוויש האגער פון זאליטשיק. ער ליגט אין הר הזיתים.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (31)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!