אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת בבא קמא"
(המשך) |
|||
שורה 31: | שורה 31: | ||
==תלמוד בבלי== | ==תלמוד בבלי== | ||
===פראמינענטע סוגיות=== | ===פראמינענטע סוגיות=== | ||
* [[ | * [[בתר מעיקרא אזלינן או בתר בסוף]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|יז|ב|אן=מסכת}}}} | ||
* [[זה נהנה וזה לא חסר]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כ|אן=מסכת}}}} | * [[זה נהנה וזה לא חסר]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כ|אן=מסכת}}}} | ||
* [[אשו משום חציו]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כב|אן=מסכת}}}} | * [[אשו משום חציו]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|כב|אן=מסכת}}}} | ||
שורה 37: | שורה 37: | ||
* [[אין הולכין בממון אחר הרוב]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מד|אן=מסכת}}}} | * [[אין הולכין בממון אחר הרוב]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מד|אן=מסכת}}}} | ||
* [[המוציא מחברו עליו הראיה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מו|א|אן=מסכת}}}} | * [[המוציא מחברו עליו הראיה]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|מו|א|אן=מסכת}}}} | ||
* [[מבריח ארי מנכסי חבירו]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|נח|א|אן=מסכת}}}} | |||
* [[הגונב מן הגנב]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|סב|ב|אן=מסכת}}}} | |||
* [[קנין פירות]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פח|ב|אן=מסכת}}}} | |||
* [[דעת בעלים]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|קיח|א|אן=מסכת}}}} | * [[דעת בעלים]]{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|קיח|א|אן=מסכת}}}} | ||
רעוויזיע פון 09:11, 6 נאוועמבער 2023
בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.
די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.
בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
ארט אין סדר נזיקין
דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע דיני ממונות, ”ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין”.
רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט דיני נפשות)[2].
פרקים און אינהאלט
די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:
- ארבעה אבות – די ארבעה אבות נזיקין, און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות[3].
- כיצד הרגל – דינים פון די אבות נזיקין שן ורגל, תם און מועד לגבי די שאדנס פון קרן, און דער כלל פון אדם המזיק. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
- המניח – דינים פון דער אב נזיקין בור, א מענטש וואס שטויסט זיך אן אין א שטרויכלונג אדער אין א צווייטער מענטש אין רשות הרבים, ווייטערדיגע פרטי דינים וועגן תם און מועד, און דער כלל פון המוציא מחבירו עליו הראיה. דער פרק פארמאגט עלף משניות.
- שור שנגח ארבעה וחמשה – אויספיר פון די הלכות פון תם און מועד, פארשידענע דינים איבער דעם פליכט פון באצאלן פאר שאדנס דורך בעלי חיים, הלכות פון שור הנסקל, און דער מאס שמירה וואס פאדערט זיך אויף בעלי חיים. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
- שור שנגח את הפרה – שאדנס וועלכע זענען געשען אין רשות פון א מענטש, וואס ער אדער זיין אייגנטום האט געשעדיגט, דינים פון דמי ולדות, און אויספיר פון הלכות פון בור. דער פרק שליסט זיך מיט א ליסטע פון דיני תורה וועלכע גייען אן ביי אלע באשעפענישן, כאטש די תורה כאפט נאר אן אזעלכע ביישפילן ווי שור און חמור. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- הכונס – דער חיוב שמירה פון א מענטש אויף זיין פארמעגן וואס קען שעדיגן, וויאזוי מען שאצט דעם שאדן אין א פעלד פון פירות, און די הלכות פון דער אב נזיקין אש. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
- מרובה – די דינים פון גניבה, איבערהויפט די צאלונגען פון כפל און ארבעה וחמשה. וויבאלד ארבעה וחמשה צאלט מען נאר פאר בעלי חיים, שליסט זיך דער פרק דרך אגב מיט די בעלי חיים וועלכע מען טאר נישט האדעווען אין פארשידענע פלעצער. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- החובל – די הלכות פון די פינף צאלונגען וואס עס צאלט א חובל, איינער וואס שעדיגט פיזיש א צווייטן: נזק, צער, ריפוי, שֶבֶת און בושת. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- הגוזל עצים – די הלכות פון א גזלן, א פאכמאן וואס האט קאליע געמאכט אין זיין ארבעט, און די באזונדערע הלכות פון איינער וואס קומט געלט פאר א צווייטן און ער האט געשוואוירן אז ער איז נישט שולדיג. דער פרק פארמאגט צוועלף משניות.
- הגוזל ומאכיל – פארשידענע דינים איבער גזילה און גזלנים. דרך אגב ווערן דערמאנט הלכות איבער שאדן מאכן פאר יענעם כדי צו ראטעווען אייגנס, און וויפיל יענער דארף צאלן ווען מען האט שאדן געמאכט אייגנס כדי צו ראטעווען יענעמס. דער פרק פארמאגט צען משניות.
תלמוד בבלי
פראמינענטע סוגיות
- בתר מעיקרא אזלינן או בתר בסוף[4]
- זה נהנה וזה לא חסר[5]
- אשו משום חציו[6]
- עביד איניש דינא לנפשיה[7]
- אין הולכין בממון אחר הרוב[8]
- המוציא מחברו עליו הראיה[9]
- מבריח ארי מנכסי חבירו[10]
- הגונב מן הגנב[11]
- קנין פירות[12]
- דעת בעלים[13]
דרויסנדע לינקס
- משניות, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, פון מסכת בבא קמא אויף שיתופתא
- מסכת בבא קמא, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- מסכת בבא קמא – צורת הדף, טעקסט, און מפרשים, אויף היברובוקס
- ספרים אויף מסכת בבא קמא, אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רי"ף, אויף על התורה זייטל
- מסכת בבא קמא – שינויי נוסחאות, מאנוסקריפטן און ערשטע דריקן, אויפ'ן "הכי גרסינן" וועבזייטל
- תלמוד בבלי, מסכת בבא קמא, אויף "מפעל המילון ההיסטורי"
- כתב יד, מסכת בבא קמא, תלמוד בבלי, פירענצע, 12'טן יארהונדערט, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
רעפערענצן
מסכתות ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ברכות (ב י) • פאה (י) • דמאי (י) • כלאיים (י) • שביעית (י) • תרומות (י) • מעשרות (י) • מעשר שני (י) • חלה (י) • ערלה (י) • ביכורים (י) | |
מועד | שבת (ב י) • עירובין (ב י) • פסחים (ב י) • שקלים (י) • יומא (ב י) • סוכה (ב י) • ביצה (ב י) • ראש השנה (ב י) • תענית (ב י) • מגילה (ב י) • מועד קטן (ב י) • חגיגה (ב י) | |
נשים | יבמות (ב י) • כתובות (ב י) • נדרים (ב י) • נזיר (ב י) • סוטה (ב י) • גיטין (ב י) • קידושין (ב י) | |
נזיקין | מסכת נזיקין: בבא קמא (ב י) • בבא מציעא (ב י) • בבא בתרא (ב י) • סנהדרין (ב י) • מכות (ב י) • שבועות (ב י) • עדיות • עבודה זרה (ב י) • אבות • הוריות (ב י) | |
קדשים | זבחים (ב) • מנחות (ב) • חולין (ב) • בכורות (ב) • ערכין (ב) • תמורה (ב) • כריתות (ב) • מעילה (ב) • תמיד (ב) • מדות • קינים | |
טהרות | כלים • אהלות • נגעים • פרה • טהרות • מקואות • נדה (ב י) • מכשירין • זבים • טבול יום • ידים • עוקצין | |
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי
|