אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבימלך מלך גרר"
(←מקור פון נאמען: רעדאגירונג) |
ק (←מקור פון נאמען: הגהה) |
||
שורה 34: | שורה 34: | ||
== מקור פון נאמען == | == מקור פון נאמען == | ||
דער נאמען "אבימלך", פונקט ווי דער נאמען פון זיין מיליטער מיניסטער "פיכל", איז א [[סעמיטישע שפראכן|סעמיטישער]] נאמען. טראץ וואס די פלשתים האבן אינוואדירט פון מערב זייט פון מיטללענדישן ים און האבן דעריבער גערעדט אן אנדערן שפראך, האבן זיי ווי עס שיינט אנגענומען סעמיטישע נעמען וואס קומען דווקא פון מזרח, כדי זיך צו איינגלידערן אין געגנט. | |||
מעגליכע | מעגליכע באדייטן פאר'ן נאמען "אבימלך" קענען זיין: | ||
* אבי-מלך - '''אביו היה מלך''' - | * אבי-מלך - '''אביו היה מלך''' - זיין טאטע איז געווען קעניג. א קעניג וואס ציט ווייטער א קעניגליכע דינאסטיע. | ||
* אויפ'ן נאמען פונעם אפגאט [[מולך]] (מלך, מילכום), וועם די פלשתים האבן ווארשיינליך געדינט, ווי עס איז געווען איינגעפירט | * אויפ'ן נאמען פונעם אפגאט [[מולך]] (מלך, מילכום), וועם די פלשתים האבן ווארשיינליך געדינט, ווי עס איז דאן געווען איינגעפירט צו געבן נעמען נאך אפגעטער{{הערה|[https://edu.929.org.il/class/הברית-בין-אברהם-לאבימלך/ הברית בין אברהם לאבימלך], אין פראיעקט "929 - תנ"ך ביחד".}}. | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== |
רעוויזיע פון 14:06, 31 אקטאבער 2023
אֲבִימֶלֶךְ מֶלֶךְ גְּרָר, קעניג פון פלשתים, איז א תנ"ך פערזענליכקייט וואס ווערט דערמאנט אין ספר בראשית, איבער זיינע פארבינדונגען מיט אברהם און יצחק. אבימלך האט געגלוסט סיי שרה און סיי רבקה, אבער האט זיי למעשה נישט צוגערירט, נאך וואס גאט האט זיך ביידע מאל באוויזן צו אים אין חלום ביינאכט, אים לאזן וויסן אז זיי זענען אן אשת איש. ער האט געשלאסן א פרידנס-בונד מיט אברהם און מיט יצחק.
די שטאט וואו ער האט געקעניגט, גרר, איז אין נגב. אין תרגום ירושלמי ווערט אבימלך אידענטיפיצירט אלס מלך ערד[1].
לויט טייל מפרשים איז "אבימלך" דער טיטל מיט וואס מען האט גערופן אלע קעניגן אין פלשתים, א שטייגער ווי פרעה אין מצרים.
שילדערונג אין תורה
פארכאפונג פון שרה
צווישן זיינע וואנדערנישן איז אברהם אנגעקומען און זיך באזעצט אין גרר נעבן די פלשתים. פאר די וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי - שרה, האט ער געענטפערט אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מ'וועט אים הרג'ענען. אבימלך האט געשיקט ברענגען שרה צו זיך, אבער נאך איידער ער האט געהאט א געלעגנהייט צו זינדיגן מיט איר[2], איז גאט געקומען צו אים אין חלום[3] און אים אינפארמירט אז די פרוי איז פארהייראט, און אז ער וועט שטארבן אויב ער וועט איר ווייטער האלטן ביי זיך. אבימלך האט זיך פארענטפערט אז ער איז געווען אומוויסנד, נאך וואס זיי האבן זיך אנגעגעבן אלס געשוויסטער. גאט האט אים באפוילן איר צוריקצוגעבן, און דורכדעם וואס אברהם וועט מתפלל זיין פאר אים וועט ער בלייבן לעבן. צומארגנס, דערציילט אבימלך פאר זיינע מענטשן די מעשה, מוסר'ט אברהם פארן זאגן ליגנט און דאס אנברענגען אויף אים, גיבט אים צוריק זיין ווייב, און שענקט אים אויך א גרויס פארמעגן אלס פארגיטיגונג, אריינגערעכנט שאף און רינדער, קנעכט און דינסטן, און פארבעט אים אויך צו וואוינען אין זיין לאנד: "הִנֵּה אַרְצִי לְפָנֶיךָ בַּטּוֹב בְּעֵינֶיךָ שֵׁב." אברהם האט מתפלל געווען אויף אבימלך און זיינע דינסטן (וועלכע זענען געשטראפט געווארן מיט נישט קענען האבן קינדער), און גאט האט זיי געהיילט[4].
בונד מיט אברהם
נאכ'ן איינזען אז דער אויבערשטער איז מיט אברהם, איז אבימלך געקומען מיט זיין קריגס מיניסטער פִיכֹל צו שליסן א פרידנס-פּאקט מיט אברהם, אלס באלוינונג אויף דעם וואס זיי האבן אים געלאזט וואוינען ביי זיך[5]. אברהם גייט איין, אבער האלט פאָר אבימלך אויף דעם וואס זיינע קנעכט האבן גע'גזל'ט זיינע וואסער ברונעמס, א לעבנס-וויכטיגע רעסורס אין יענע צייט. אבימלך שלאגט אפ די טענות זאגנדיג: "איך ווייס נישט ווער האט דאס געטון, און דו האסט מיר נישט דערציילט דערוועגן, און איך האב נישט געהערט דערפון ביז היינט." אבימלך קערט צוריק די ברונעמס און שווערט אז זיי געהערן צו אברהם, זיי שליסן דעם בונד, און אויף דעם ארויף איז דער נאמען פון דעם פלאץ באשטימט געווארן אלס באר שבע. דער פסוק באצייכנט אז די באציאונגען האבן פארגעזעצט פרידליך, און אברהם האט געוואוינט רואיגערהייט נאך א לאנגע צייט אין פלשתים, און דארטן אויפגעשטעלט א גאסט הויז וואו ער האט געגעבן צו עסן פאר מענטשן זאלן לויבן דעם אויבערשטן[6].
מיט יצחק און רבקה
אן ענליכע געשעעניש האט פאסירט צו יצחק[7]. ווען אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, האט יצחק געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. אויך אין דעם פאל האט יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין אבימלך אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען[8], ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף.
בונד מיט יצחק
נאך וואס יצחק איז געווארן רייך, האט עס צוגעברענגט אז די פלשתים זאלן מקנא זיין און פארשטאפן די ברונעמס וואס ער האט געגראבן, אין רעזולטאט האט אים אבימלך פארשיקט. יצחק איז אריבער וואוינען ארויס פון שטאט אין נחל גרר. נאך א צאל קריגערייען ארום די ברונעמס צווישן יצחק און אבימלך'ס מענטשן, איז אבימלך געקומען - אין באגלייטונג פון פיכול זיין קריגס מיניסטער און זיינע פריינד - צו יצחק, און געבעטן צו אויסגלייכן זייערע באציאונגען און ווידער שליסן א בונד, ווייל זיי האבן געזען אז גאט איז מיט אים פונקט ווי ביי זיין טאטע'ן. זיי האבן געגעסן אינאיינעם א סעודה, און אבימלך מיט זיינע מענטשן האבן גענעכטיגט ביי אים, ווען צופרי האבן זיי זיך געשוואוירן איינער צום צווייטן[9].
צווישן די פאסירונגען פון אברהם און פון יצחק האבן אפגעטיילט צענדליגער יארן[10]. דער רמב"ן[8] קווענקלט דעריבער אויב אבימלך פון די צייטן פון יצחק איז דער זעלבער אבימלך פון די צייטן פון אברהם, אדער איז עס אן אנדערער און אלע קעניגן פון פלשתים האט מען גערופן אבימלך. דער רמב"ן ברענגט די דעה פון אונקלוס אז ער איז געווען א זון פונעם ערשטן אבימלך. אויך דער רד"ק זאגט אז עס איז געווען א זון אדער אייניקל[8.1]. דאקעגן דער רבינו בחיי זאגט אז עס איז דער זעלבער אבימלך פון די צייטן פון אברהם[8.2].
זיין נאמען אין תהלים
אין ספר תהלים, קאַפּיטל ל"ד, פסוק א', ווערט דערמאנט א געשיכטע וואס דוד המלך האט געהאט מיט אבימלך: "לְדָוִד - בְּשַׁנּוֹתוֹ אֶת-טַעְמוֹ, לִפְנֵי אֲבִימֶלֶךְ; וַיְגָרְשֵׁהוּ, וַיֵּלַךְ." די מפרשים אידענטיפיצירן יענער אבימלך אלס אכיש. רש"י ערקלערט אז אזוי האט מען גערופן אלע קעניגן פון פלשתים - אבימלך, ווי אלע קעניגן פון מצרים - פרעה. דער אבן עזרא און דער רד"ק זאגן אז אכיש האט געהאט נאך א נאמען, אבימלך. רש"י ברענגט א מערקווירדיגע מדרש תהלים, אז ער ווערט גערופן אבימלך ווייל ער איז געווען א צדיק ווי אבימלך פון די געשיכטע מיט שרה, וויבאלד ער האט נישט גע'הרג'עט דוד.
אין היסטארישע פארשונג
פארשער האבן אנאליזירט אבימלך'ס אויפפירונג ביי די געשיכטע, וואס אנדערש פון פרעה וועלכע האט בייזערהייט פארטריבן אברהם פון זיין לאנד נאך אן ענליכע פאסירונג מיט שרה ווי געשילדערט אין די תורה[11], האט אבימלך פארגיטיגט אברהם, און אים פארבעטן אין זיין לאנד. דאס איז אין איינקלאנג מיט א פירונג דערמאנט אין די אשור'ישע געזעצן: "אז א פרעמדער - נישט איר טאטע, ברודער אדער זון - וועט איינרעדן פאר א פרעמדע פרוי צו גיין מיט אים אין וועג, נישט וויסנדיג אז זי איז פארהייראט, זאל דער מענטש שווערן און געבן צוויי שטיקער בליי פארן מאן פון די פרוי" (מיטל-אשור'ישע געזעצן, A22). אבימלך האט טאקע געשוואוירן וועגן זיין אומשולד ווי ערווענט, און האט אויך ברייט פארגיטיגט איר מאן[12].
מקור פון נאמען
דער נאמען "אבימלך", פונקט ווי דער נאמען פון זיין מיליטער מיניסטער "פיכל", איז א סעמיטישער נאמען. טראץ וואס די פלשתים האבן אינוואדירט פון מערב זייט פון מיטללענדישן ים און האבן דעריבער גערעדט אן אנדערן שפראך, האבן זיי ווי עס שיינט אנגענומען סעמיטישע נעמען וואס קומען דווקא פון מזרח, כדי זיך צו איינגלידערן אין געגנט.
מעגליכע באדייטן פאר'ן נאמען "אבימלך" קענען זיין:
- אבי-מלך - אביו היה מלך - זיין טאטע איז געווען קעניג. א קעניג וואס ציט ווייטער א קעניגליכע דינאסטיע.
- אויפ'ן נאמען פונעם אפגאט מולך (מלך, מילכום), וועם די פלשתים האבן ווארשיינליך געדינט, ווי עס איז דאן געווען איינגעפירט צו געבן נעמען נאך אפגעטער[13].
צו ליינען מער
- רוזנפלד יקותיאל, על פרשת השבוע, בני ברק, 2018
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אבימלך מלך גרר אויף וויקיקאמאנס
- "אֲבִימֶלֶךְ", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק א, עמודים 41–42, אויף היברובוקס
רעפערענצן
- ↑ תרגום ירושלמי, בראשית כ, ב.
- ↑ זעט בראשית רבה, פרשה נ"ב, פסקה ז', געברענגט אין רש"י, כ, ו.
- ↑ מאיר שלו צייכנט אן אין זיין ספר ראשית (הוצאת עם עובד, 2008) אז דאס איז דער ערשטער חלום וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך.
- ↑ בראשית כ, א–יח.
- ↑ בראשית כא, כב–לב
- ↑ סוטה י, א.
- ↑ בראשית כו, א–יב
- ↑ 8.0 8.1 רמב"ן, בראשית כו, א.
- ↑ בראשית כו, יג–לא.
- ↑ די געשיכטע מיט אברהם האט זיך אפגעשפילט בעפאר יצחק'ס געבורט; די געשיכטע פון יצחק האט פאסירט ווען ער איז שוין געווען פארהייראט צו רבקה - מיט וועמען ער האט חתונה געהאט ביי די פערציג יאר (כה, כ).
- ↑ בראשית יב.
- ↑ חגי משגב, למה הוא עשה את זה?, אין פראיעקט "929 - תנ"ך ביחד".
- ↑ הברית בין אברהם לאבימלך, אין פראיעקט "929 - תנ"ך ביחד".