אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמעיה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=Rabbinic sage|העב=תנא בתקופת הזוגות|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = Rabbinic sage|העב=תנא בתקופת הזוגות|}}
'''שמעיה''', איז געווען א [[תנא]], וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין [[משניות]].
'''שמעיה''', איז געווען א [[תנא]], וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין [[משניות]].



יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:55, 26 אקטאבער 2023

שמעיה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

זיין צייט

שמעיה איז געווען פון פערטן דור זוגות,[1] פון זעקסטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין זמן פון צווייטן בית המקדש אין יאהר ד'תשכ"ב.

פערטער זוג

שמעיה איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און אבטליון איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, שמעיה האט געהאלטן אז יא, און אבטליון האט געהאלטן אז נישט.[3]

איבער אים

שמעיה איז געווען א תלמיד פון שמעון בן שטח און יהודה בן טבאי (אבות פ"א).

די גמרא זאגט אז שמעיה און אבטליון זענען געווען בני עממיא דאס הייסט וואס שטאמען פון גרים, אדער האבן זיי זיך אליינס מגייר געווען. די גמרא אין (גיטין נ"ו) און אין סנהדרין זאגט אז זיי זענען אייניקלעך פון סנחריב.

די גמרא פארציילט אז געווען איינמאל יום הכיפורים ווען דער כהן גדול איז ארויס פון קדשי קדשים, און פון גרויס פרייליכקייט אז השי"ת האט פארצייט די עבירות האט גאנץ כלל ישראל באגלייט דעם כהן גדול, אינמיטן וועג האבן זיי געזעהן גיין די צוויי גרויסע חכמים שמעיה און אבטליון, זענען אלע מענטשן נאכגעגאנגען די חכמים און האבן אפגעלאזט דעם כהן גדול, האט דאס וויי געטוהן פארן כהן גדול, ער איז אויך מיטגעגאנען מיט זיין, אבער ביים געזעגענען האט ער זיך אנהגערופן צו טשעפענען: זאלט איר "בני עממיא" גיין געזונטערהייט, האבן איהם די צוויי קלוגע לייט געענפטערט, מיר שטאמען טאקע פון גרים אבער מיט זענען עבדי עובדא דאהרן, דאס הייסט מיר פירן זיך ווי אהרן הכהן וואס איז געווען א אוהב שלום ער איז נאכגעלאפען צו מאכן שלום ביי כלל ישראל (יומא ע"א ע"ב).

אין די מפורשים איז דאס פארשידענע תירוצים וויאזוי האבן זיי געקענט זיין א נשיא און א אב בית דין מיר ווייסן דאך אז כל משימות לא יהא אלא מקרב אחיך, אלע שטעלעס מיזען נאר זיין וואס שטאמען פון אידן נישט קיין גרים, דער כנסת הגדולה (חו"מ סי' א') זאגט אז בקבלו עליהו די אידן האבן מסכים געווען אז זיי זאהלן זיין קיינער איז נישט געווען דערקעגן, און דעמאלטס מעג מען, דער באר שבע (פסחים) זאגט אז די הלכה גייט נאר אהן ביי א מלך און נישט ביי א נשיא, אנדערע זאגן אז זייער מאמע איז געווען א איד, נאר זייער טאטע איז געווען א גר.

פון זיינע תלמידים זענען הלל און שמאי.

שמעיה און אבטליון ליגן אין גוש חלב.

אין משניות

  • מסכת עדיות פרק א' משנה ג', והעידו משום שמעיה ואבטליון, שלשת לוגין מים שאובין פוסלין את המקוה
  • מסכת עדיות פרק ה' משנה ו', מעשה בכרכמית, שפחה משחררת שהיתה ביורשלים, והשקוה שמעיה ואבטליון וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה י', שמעיה ואבטליון קבלו מהם, שמעיה אומר, אהב את המלאכה, ושנא את הרבנות, ואל תתודע לרשות

זעט אויך

רשימה:תנאים

רעפרענצען

  1. אבות פ"א מ"י
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!