אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חמשה עשר באב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 8 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1820509 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022

חמשה עשר באב איז דער פופצנטער טאג אין חודש אב, וואס פלעג אמאל זיין א גרויסער יו"ט ביי יידן.

אין דער משנה סוף מסכת תענית, שטייט אזוי:

אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל, לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים, שֶׁבָּהֶן בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת בִּכְלֵי לָבָן שְׁאוּלִין, שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ אֶת מִי שֶׁאֵין לוֹ. כָּל הַכֵּלִים טְעוּנִין טְבִילָה. וּבְנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת וְחוֹלוֹת בַּכְּרָמִים...

משנה אין סוף מסכת תענית

די משנה פארציילט אז יידישע מיידלעך האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט פון דער יום־טוב צו גיין טאנצן אין די וויינגארטנס בכדי אויסצוזוכן א פאסיגן חתן. כדי נישט צו פארשעמן די מיידלעך פון ארימע משפחות פלעגן אלע גיין נאר אין געבארגטע קליידער.

חז"ל רעכענען אויס זעקס טעמים פארוואס חמשה עשר באב איז א יום־טוב.


היינטיקע צייטן

היינטיקע טעג איז חמשה עשר באב קענטלעך בעיקר אז מ'זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען.

טייל מענטשן האלטן אז ס'איז א פאסיגער טאג צו מאכן א חתונה.

nn:15. ab