אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ענטראפיע"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=physical property of the state of a system, measure of disorder|העב=גודל פיזיקלי אקסטנסיבי שניתן לחשוב עליו כעל מידת האי-סדר במערכת|דייטש=fundamentale thermodynamische Zustandsgröße|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = physical property of the state of a system, measure of disorder|העב=גודל פיזיקלי אקסטנסיבי שניתן לחשוב עליו כעל מידת האי-סדר במערכת|דייטש=fundamentale thermodynamische Zustandsgröße|}} | ||
די '''ענטראפיע''' פון א סיסטעם אדער אן אביעקט איז א מאס פון וויפיל [[ענערגיע]] איז נישט פאראן צו טון ארבעט. אויך איז ענטראפיע א מאס פון דער צאל מעגלעכע איינארדענונגען פון די אטאמען אין א סיסטעם. אין דעם זינען איז ענטראפיע א מאס פון אומזיכערהייט אדער טראפקייט. | די '''ענטראפיע''' פון א סיסטעם אדער אן אביעקט איז א מאס פון וויפיל [[ענערגיע]] איז נישט פאראן צו טון ארבעט. אויך איז ענטראפיע א מאס פון דער צאל מעגלעכע איינארדענונגען פון די אטאמען אין א סיסטעם. אין דעם זינען איז ענטראפיע א מאס פון אומזיכערהייט אדער טראפקייט. | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:47, 26 אקטאבער 2023
די ענטראפיע פון א סיסטעם אדער אן אביעקט איז א מאס פון וויפיל ענערגיע איז נישט פאראן צו טון ארבעט. אויך איז ענטראפיע א מאס פון דער צאל מעגלעכע איינארדענונגען פון די אטאמען אין א סיסטעם. אין דעם זינען איז ענטראפיע א מאס פון אומזיכערהייט אדער טראפקייט.
ענטראפיע איז די שאצינג פון ווי שכיח א מצב פון א סיסטעם איז. די ווייניגער שכיח א מצב איז די ווייניגער ענטראפיע האט זי, און די מער שכיח עס איז די מער ענטראפיע האט זי.
נאך א וועג פון מסביר זיין ענטראפיע איז ווי מסודר א זאך איז. די מער מסודר א סיסטעם איז די ווייניגער ענטראפיע עס האט, און די ווייניגער מסודר עס איז די מער ענטראפיע עס האט. דאס איז ריכטיג ווייל על פי רוב איז דא פיל מער וועגן פאר א סיסטעם צו זיין אומ'מסודר ווי צו זיין מסודר.
די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס זאגט אז א פארמאכטע סיסטעם וועט קיינמאל נישט ווערן נידריגער אין ענטראפיע, נאר די ענטראפיע וועט פארמערן ביז עס קומט אן צו איקוויליבריום. דאס הייסט אז זאכן האבן א נטייה צו זיין אומ'מסודר'דיג, און א מסודר'דיגע זאך אין א פארמאכטע סיסטעם וועט ווערן מער און מער אומ'מסודר אין די עתיד ביז עס איז די מערסטע אומ'מסודר עס קען זיין, אבער צוריק גייט עס נישט. למשל, א גאנצע איי איז אין א נידריגע ענטראפיע מצב, און א צעקראכטע איי איז און א הויכע ענטראפיע מצב, א גאנצע איי קען ווערן צעקראכט אבער א צעקראכטע איי ווערט נישט גאנץ. היץ צעשפרייט זיך פון א הייסערע פלאץ צי א קעלטערע פלאץ ביז אלעס איז די זעלבע הייס, אבער היץ וועט זיך נישט מרכז זיין צו א קלענערע פלאץ. פוד-קאלארינג אין א גלאז וואסער וועט זיך צעשפרייטן ביז די גאנצע גלאז וואסער איז די זעלבע פארב, אבער א צעמישטע גלאז וואסער מיט קאלארינג וועט זיך נישט צוריק צעטיילן.
אין אן אפענער סיסטעם קען ענטראפיע ווערן נידריגער אבער די ענטראפיע פון דער גאנצער סיסטעם מוז ארויפגיין. למשל, א עירקאנדישענער קען מאכן היץ גיין פון א קעלטערע פלאץ צי א הייסערע פלאץ, אבער די היץ וואס די עירקאנדישענער געט ארויס מיז זיין מער ווי וויפיל עס מאכט קאלט די צימער, קומט אויס אז די גאנצע סיסטעם איז געווארן העכער אין ענטראפיע. דו קענסט מסדר זיין דיין צימער, אבער ווען דו ביסט מסדר דיין צימער פארברענטסטו קאלעריס און עס צעשפרייט היץ און די היץ פארמערט ענטראפיע נאך מער פון וויפיל די צימער איז געווארן ווייניגער אין ענטראפיע, קומט אויס אז די ענטראפיע פון די גאנצע סיסטעם איז ארויף.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!