אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חירם מלך צור"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 14 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q467115 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022

חירם קעניג פון צור

אין תנ"ך ווערט ער דערמאנט אלץ חבר פאר דוד המלך, און האט געהאלפן בויען דעם בית המקדש אין די צייטן פון שלמה המלך.

אין מדרש רבה וישב איז דא א מחלוקה אויב חירם מלך צור איז חירה העדילמי, און דער מדרש פירט אויס אז דער וואס האלט אז חירם איז נישט חירה דאן האט חירם געלעבט נאר 500 יאר, (פון די צייטן פון דוד המלך ביז נאכן חורבן בית ראשון), און דער וואס האלט אז חירם איז יא חירה דאן האט ער געלעבט 1200 יאר.

אין די גמרא ווערט ער דערמאנט אלץ איינער פון די וואס זענען אריין לעבעדיג אין גן עדן.