אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מתתיהו מילער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=American musician|העב=זמר אמריקאי|דייטש=US-amerikanischer Musiker|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = American musician|העב=זמר אמריקאי|דייטש=US-amerikanischer Musiker|}}
{{איבערשרייבן}}
{{איבערשרייבן}}
[[טעקע:MatisyahuPressShotOfficial.jpg|קליין|מתתיהו]]
[[טעקע:MatisyahuPressShotOfficial.jpg|קליין|מתתיהו]]

רעוויזיע פון 19:46, 26 אקטאבער 2023

מתתיהו

מתתיהו מילער (געבוירן ה' תמוז ה'תשל"ט), באקאנט אלס מתתיהו, איז א בעל תשובה א געוועזענער לובאוויטשער וואס זינגט דזשאמייקישן רעגיי.

ביאגראפיע

ווערענדיג געבוירן צו פרייע ליבעראלע אידישע עלטערן אין וועסט טשעסטער, פענסילוועניע. דערנאך האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין ווייט פלעינס, ניו יארק.

אין די שפעטערע 1990ער יארן איז ער געווארן נתקרב צו אידישקייט דורך חב"ד, נאכדעם וואס זיין נשמה האט געפלאקערט מיט ספיריטואלע אינספיראציע דורך זיין מוזיק. אין 2001 איז ער געווארן א פולשטענדיגער בעל תשובה, און האט אנגעהויבן שפילן מיט דער אידישער קאפעליע פא-דלית.

דערנאך האט ער חתונה געהאט און געבוירן איין קינד, זיך אפגעבנדיג מיט זיין מוזיק און לערנענדיג תורה אין איינע פון די ליובאוויטשער ישיבות אין זיין וואוין ארט קרוינהייטס. שפּעטער האָט ער זיך געצויגן צו ברסלב.[1].

דעצעמבער 2011 האָט ער זיך אפּגעשוירן זיין באָרד,[2] שפעטער האט ער זיך עס געלאזט צוריק וואקסן.

מתתיהו

זיין סטיל

מתתיהו האט אן אייגענארטיגן סטיל אין רעפ, וואס איז א געמיש פון רעגיי, רעפ, מיט גיטאר סאלא וועלכע מען געפינט מער ביי ראק מוזיק קאפעליעס.

זיין זינגען ווערט באשריבן דורך די וועלט בארימטע קריטיקס אין ניו יארק טיימס און שיקאגא טריבונע שרייבער קעווין פאנג, אלס א נשמה-אויפשאקלער, וואס דרינגט אריין ביז די חדרי הלב.

מתתיהו ווערט פאפולער

מתתיהו איז היינט א פאפולערער רעגיי זינגער און איז באקאנט אין גאנץ אמעריקע. זיינע אלבומען זענען א צעכאפעניש.

ער טרעט אויף אין פרייע וועלטליכע קלאבס און קאנצערטן אויף טעלעוויזיע ארום דער גארער וועלט, אלעס מיט זיין פולער חסידישער טראגע. אלע זיינע ניגונים זענען פיל מיט ווערטער וואס רופן צו דער נשמה צו עבודת ה'. שמחה און חסידישע באגריפן, ער באנעמט זיך זייער איידל און פיל מיט הכנעה. זיין פירונג רופט ארויס טיפע רעספעקט פון אלעמען איבער דער וועלט, מיט זיין שטרענג זיך האלטן צו דער אידישער תורה געזעצן און פארבאטן אפילו אין די שווערסעט אומשטענדן, טרעט נישט אויף אום שבת, געבט נישט די האנט פאר א פרוי, עסט נאר כשר. א.א.וו.

אלבומען

דערוויייל האט שוין מתתיהו ערצייגט 4 מוזיק אלבומען.

  1. שעיק אוו די דאסט. נאוועמבער 1, 2004.
  2. לייוו עט סטאבס. אפריל 19, 2005.
  3. יוט. (יוגנט) מערץ 7, 2006
  4. יוט דאב. מערץ 7, 2006. (פראוויזיע)
  5. light - יוני 2009. אין איר די סינגל One Day.

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!