אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ברכת המזון"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Jewish blessings after meals|העב=תפילה יהודית שנאמרת לאחר סעודה עם לחם|דייטש=jüdisches Tischgebet nach dem Verzehr|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Jewish blessings after meals|העב=תפילה יהודית שנאמרת לאחר סעודה עם לחם|דייטש=jüdisches Tischgebet nach dem Verzehr|}} | ||
'''ברכת המזון''' אדער '''[[בענטשן]]''', איז די [[מצוה]] פון [[לויבן]] [[גאט]] נאכן [[עסן]] א [[כזית]] [[ברויט]]. | '''ברכת המזון''' אדער '''[[בענטשן]]''', איז די [[מצוה]] פון [[לויבן]] [[גאט]] נאכן [[עסן]] א [[כזית]] [[ברויט]]. | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:53, 26 אקטאבער 2023
ברכת המזון אדער בענטשן, איז די מצוה פון לויבן גאט נאכן עסן א כזית ברויט.
די מצוה פון בענטשן שטייט אין די תורה, ספר דברים ח', וְאָכַלְתָּ, וְשָׂבָעְתָּ וּבֵרַכְתָּ אֶת-ה' אֱלֹקֶיךָ עַל-הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר נָתַן-לָךְ
- איבערזעצונג: און איר וועט עסן און זיך אנזעטיגן און נאכער זאלט איר בענטשן דעם אייבירשטן אייער גאט אויף די גוטע לאנד וואס ער האט אייך געגיבן.
חז"ל זאגן אז פון די דאזיגע פסוק זעהט מען אז מען דארף זאגן דריי ברכות, ברכת הזן, ברכת הארץ און ברכת ירושלים. דאס זענען די ערשטע דריי ברכות פון בענטשן, הזן את הכל, על הארץ ועל המזון און בונה ברחמיו ירושלים.
די ברכה פון הָקֵל אָבִינוּ מַלכֵּנוּ, איז נישט פון די ארגינעלע מצוה, דאס האט שפעטער רבן גמליאל ובית דינו נאכן חורבן בית שני אין יבנה מתקן געווען. ווי עס ווערט אנגערופן ברכת הטוב והמטיב, צוליב וואס די ארגינעלע נוסח פון די ברכה איז בלויז געווען "ברוך אתה ה' אמ"ה הטוב והמטיב". די ברכה איז ספעציעל געווידמעט פאר די גענאדע וואס גאט האט באותו זמן געטאן, ווען די טויזענטער דערמארדעטע אידן פון די שטאט ביתר וואס זענען געלעגן פאר א וויילע אומבאערדיגט, האט מען געקענט באערדיגן און זיי זענען נישט פארשטונקען געווארן.
פון די הרחמן'ס און ווייטער, דאס האט מען צוגלייגט אין די צייטן פון די גאונים, דארט מעג מען צולייגן אייגענע געבעטן.
די ערשטער נוסח פון ברכת המזון איז געווען פון אברהם אבינו ווען ער האט אנגעפיטערט זיינע געסט, האט ער נאכן עסן זיי געהייסן זאגן די ווערטער "בָּרוּך קֵל עוֹלָם שֶאָכַלנוּ מִשֶלוֹ".
די ערשטע דריי ברכות האבן זיך שטענדיג געטון פארענדערן לויטן מצב פון די אידן, צום ביישפיל די ברכה פון נודה לך, וואס דאנקט גאט פאר געבן ארץ ישראל, איידער די אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל אין די צייטן פון משה רבינו איז די ברכה נישט געווען א לויב, ווייל מ'איז דאך נאך נישט געווען אין ארץ ישראל, נאר די נוסח איז געווען א געבעט. די זעלבע מיט רחם, איז נישט געווען ספעציפיש איבער ירושלים און דער ביהמ"ק נאר אין אלגעמיין איבער השראת השכינה.
די ענדגילטיגע נוסח וואס מיר זאגן היינט איז מתקן געווארן ווי פאלגענד:
- הזן, דורך משה רבינו ביי די נידערן פון די מן. די ווערטער "כאמור פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון", זענען דא וואס לאזן עס אויס, ווייל דאס קומט דאך פון תהלים. אבער עס זענען דא וואס זאגן אז די ווערטער האט יא משה רבינו געמאכט, נאר דוד המלך האט עס בלויז אריינגעשטעלט אין תהלים.
- נודה, דורך יהושע בן נון נאכן איינעמען ארץ ישראל.
- רחם, איז ציטייטלט, די חלק וואס רעדט פון ירושלים האט מתקן געווען דוד המלך, וואס איז געווען די ערשטער אידישער קעניג פון ירושלים, און די חלק פון דער ביהמ"ק האט מתקן געווען שלמה המלך, וואס האט געבויט דער ביהמ"ק. דעמאלטס האט די געבעט געמיינט אז ירושלים און דער ביהמ"ק זאלן אנהאלטן. היינט מיינט עס עס זאל ווידער באנייט ווערן.
זעה אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!