אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חדושי מהרצ"א"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022

טעקע:ChdusheiMa.jpg
דער שער בלאט פון ספר חדושי מהרצ"א, ירושלימער אויסגאבע

חדושי מהרצ"א איז א ספר געשטעלט אויף די סוגיות און הלכות פון חנוכה וואס האט פארפאסט רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו.

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר חדושי מהרצ"א איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

אינהאלט

חדושי מהרצ"א איז א ספר געשטעלט אויף די סוגיות פון חנוכה וואס געפינט זיך אין פרק במה מדליקין פון מסכת שבת און אויף הלכות חנוכה. דער מחבר נעמט ארום די סוגיות אויפן סדר פון די דפים, ביי יעדע סוגיא עקסטרע אפלערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות מיט א געוואלדיעג טיפקייט, נאכהער ברענגט דער מחבר די גאונים דעם שאילתות און בעל הלכות גדולות איבער די סוגיא, און נאכהער ברענגט דער מחבר די פוסקים ראשנים, רי"ף, רמב"ם, רא"ש, מרדכי, רבינו ירוחם. נאכהער דעם טור און שלחן ערוך ביז צום פרי מגדים.

אויסגאבעס

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר חדושי מהרצ"א פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו