אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:על גאר"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אל גור]] | [[he:אל גור]] | ||
רעוויזיע פון 11:11, 24 אקטאבער 2023
על גאָר (געבוירן 31סטן מערץ, 1948 אין וואשינגטאן די.סי.) איז אן אמעריקאנער פאליטיקער, ביזנעסמאן, און ענווייערמענטאליסט.
ער האט דריי טעכטער און איין זון.
פאליטישע קאריערע
גאר האט געדינט אין רעפרעזאנטיוון הויז (1977 - 85) און דערנאך אין סענאט (1985-93) פארטרעטנדיג טענעסי. פון 1993 ביז 2001, איז ער געווען די 45סטער וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אונטער ביל קלינטאן וואס איז דאן געווען דער פרעזידענט.
גאר איז געווען דער דעמאקראטישער פארטיי'ס נאמינאציע פון פרעזידענט אין די 2000 וואלן, וואס איז געווען איינער פון דאס מערסטע קאנטראווערסיאלע געשיכטעס אין אמעריקאנער היסטאריע.
נאך א רייע וואלן פראבלמען און געריכטליכע פראדעצורן פון דעם שטאַט פלארידע, האט דער העכסטער סופרים קארט געאורטיילט אפצושטעלן די ווידערציילונגן געבנדיג פאר דזשארדזש דאבעליו בוש די עלעקטאראלע קאלעדזש געווינס און קאנסעקווענטלי דאס פרעזידענטשאפט.
ער איז זייער דערביטערט טענהדיג אז ער האט געווינען די פרעזידענטשאפט נאר די געריכט וואס איז געווען מער פרא קאנסערוועטיוו האט נישט געלאזט געהעריג אפציילן די שטימען, אבער ער האט זיך גענומען צו ביזנעס ווערענדיג א גרעסערע מיליאנער פון וואס ער איז געבוירן, ער פירט היינט אן מיט א טעלעוויזיע טשאנאל און אויך אן אינוועסטמעט פירמע אויך איז ער פון די בארד פון עפל קאמפיוטער און אויך איז ער אן עצה געבער פאר גוגל און א פארזיצער פון די אלייענס פאר קלימאט קאנטראל, זייענדיג אן אקטיוויסט איבער דער טעמע פון גלאבאלע אנווארעמונג וואס ער פירט אן ראלי'ס ווי עס קומען זיך צוזאמען שווערע טויזנטער שטיצער פון דער אגענדע אויסצודרוקן זייער מיינונג אז די וועלט נעמט נישט גענוג ערנסט דעם געפאר און איין טאג וועט די גאנצע וועלט פארברענט ווערן צוליב די היץ וועט זיך אראפלאזן לויט זייער מיינונג, פארשטייט זיך אז נאר אויב מיר וועלן נישט דערטרונקען ווערן קודם צוליב די וואסער וואס עס ווערט געשאפן פון דער היץ וואס עס צעלאזט די אייז ארום און ארום די וועלט וואס לויט איהם ברענגט דאס ארויף דעם וואסער שטאפל העכער און העכער און וועט איין טאג אנקומען אזוי הויך ווי די העכסטע ערטער אויף דער יבשה.
ווען ער האט פארלוירן האבן א סאך דעמקראטן געזאגט אז די סיבה פארוואס ער האט פארלוירן איז ווייל אין לויף פונעם קאמפיין האט ער זיך דערווייטערט פון זיין באס, פונעם דעמקראטישן פרעזידענט ביל קלינטאן, קלינטאן איז באקאנט פאר א שטארקער קאמפיינער, ער ציהט צו זיך די מאסן ספעציעל האט ער א כח אויפצו וועקן דעם בעס די ליבעראלע, אבער גאר ער האט איהם נישט אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין. ווידער דער גאר קאמפיין האט געזאגט אז זיי האבן עס געטוען מיט א כוונה ווייל זיי האבן נישט געוואלט ליידן פון די פראבלעבן וואס איז נאכגעלאפן קלינטאן.
ער איז אין די לעצטע צייטן בעיקר באקאנט פון זיינע אקטיוויזם פארן סביבה און אויפוועקן דעם המון איבער דער סכנה פון גלאבאלע ווארעמונג אז דאס איז לויט אים א קריזיס. ער האט געשריבן א בוך און א דאקומענטערי וואס הייסט דער אומבאקוועמער אמת און נאך ביכער וואס זענען ווי פארגעטערט ביי די ליבעראלע קאלעדזש פראפעסארן און לינקע עלעמענטן פון לאנד.
ער זאגט אז ער וועט מער נישט לויפן פאר פרעזידענט.
ער האט פארלוירן די וואלן פון זיין היים שטאַט טענעסי צו בוש.
קריטיק
ער האט איז באקאנט פאר אויפגעבלאזנע אויפטוען, ווי-למשל ער האט זיך בארימט אז ער האט אויסגעטראפן דעם אינטערנעט, דאס איז וויבאלד ער האט געהאלפן מאכן די געזעץ אז די מיליטער זאל ארויסגעבען די אינטערנעט טעכנעלאגיע פארן די ציוועלע געזעלשאפט האט ער זיך פאלש בארימעט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!