אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נאבעל פריז"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 34: | שורה 34: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:פרס נובל]] | [[he:פרס נובל]] | ||
רעוויזיע פון 10:04, 24 אקטאבער 2023
נאבעל־פריז זענען אזא סארט אנערקענונג וואס ווערט פארטיילט פאר מענטשן וואס האבן באוויזן אויסגעצייכענטקייט אין ווערדפולע אקציעס און אויפגאבעס. אין די פעלדער פון פיזיק, כעמיע, שלום, ליטעראטור, מעדיצין און עקאנאמיק. דאס ווערט געגעבן נאך וואלן פון טויזנטער באטייליגער.
דאס איז צושטאנד געקומען און הייסט נאך אלפרעד נאבעל פון שוועדן נאך זיין משפחה נאמען נאבעל וואס האט פראדוצירט געווער און וואפן און איז געווען גאר רייך דערפון. ביז מען האט געטראפן נאך זיין טויט אין זיין צוואה ווי ער מאכט א חשבון הנפש וויפיל בלוט עס ווערט פארגאסן צוליב זיין געלט גייציגיקייט. און מען זאל געגרינדן פון זיין ירושה א ספעציעלע פריז אויסטיילונג אלס תשובת המשקל פאר ווער עס טוט גוטס אויף די וועלט.
נאבעל פריז געווינער
מער ווי איין מאל
פיר מענטשן האבן געווינען דעם נאבעל פריז צוויי מאל.[1]:
- מארי קירי האט געווינען דעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1903 פארן אנטפלעקן ראדיאאקטיוויטעט, און דעם נאבעל פריז פאר כעמיע אין 1911, פאר אנטפלעקן דעם כעמישן עלעמענט ראדיום.
- ליינוס פאלינג האט געווינען דעם נאבעל פריז פאר כעמיע אין 1954 פארן באשרייבן דעם נאטור פון כעמישע פארבינדונגען, און דעם נאבעל פריז פאר פרידן אין 1962 פאר זיין אקטיוויטעט קעגן נוקלעארישע וואפן פראבעס איבער דער ערד. פאולינג איז דער איינציגער וואס האט געווינען צוויי נאבערל פריזן אן א שותף.
- דזשאן בארדין האט געווינען צוויי נאבעל פריזן פאר פיזיק: אין 1956 פאר אנטפלעקן דעם טראנזיסטאר עפעקט און אין 1972 פאר אנטוויקלען די טעאריע פון איבערדורכפירערס.
- פרעדעריק סאנגער האט געווינען צוויי נאבעל פריזן פאר כעמיע: אין 1958 פארן אנטפלעקן די מאלעקולארישע סטרוקטור פון אינסולין, און אין 1980 פאר זיין ארבעט וועגן קערנזייערס.
אידישע געווינער
ביז 2013 האט מען באלוינט 850 נאבעל פריזן; פון זיי האבן אידן געוואונען 193 פריזן. צווישן די יידישע געווינער זענען:
אין 2013 האבן זעקס אידן געוואונען פריזן: דזשעימס ראטמאן און רענדי שעקמאן (מעדיצין), אריה ווארשל, מייקל לעוויט און מארטין קארפלוס (כעמיע) און פראנצוא ענגלערט (פיזיק).
רעפערענצן
- ↑ Nobel Laureates Facts פאקטן וועגן נאבעל באלוינטע, ביי נאבעל פריז וועבזייטל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!