אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כאליף"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ח'ליפה]] | [[he:ח'ליפה]] | ||
רעוויזיע פון 08:40, 24 אקטאבער 2023
כאַליף (אראביש: خليفة) איז דער נאמען אדער טיטל פון דעם איסלאמישן פירער פון דער "אומא" (أمة), ד"ה דאס איסלאמישע פאלק. דאס ווארט "כאליף" איז טייטש אויף אראביש "מחליף" אדער "יורש", ד"ה דער ממלא־מקום פון מוחמד. אפטמאל ווערט דער כאליף גערופן "עמיר אל-מומנין" (أمير المؤمنين), אדער "הערשער פון די גלייביקער".
זייט דעם צעפאל פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1924, איז בטל געווארן דער טיטל, און היינט ווערט קיינער נישט גערופן כאליף.
באקאנטע כאליפן
- אבו באקר – דער ערשטער כאליף פון די סוניס.
- אומאר איבן אל-כאטאב – דער צווייטער כאליף. אין דער תקופה פון זיין רעזשים האט זיך די איסלאמישע אימפעריע פארברייטערט אריינצושליסן עגיפטן, ירושלים און די סאסאנידע אימפעריע.
- אוטמאן איבן עפאן – דער דריטער כאליף. אין זיינע צייטן האט מען רעדאקטירט דעם קוראן.
- עלי איבן אבי טאליב - דער פערטער כאליף, און דער ערשטער אימאם פון די שיאיטן.
- מועאויה איבן סופיאן – דער ערשטער אומאאישער כאליף. ער האט געגרינדעט די אומאיאדישע דינאסטיע.
- הארון אל-ראשיד – אבאסישער כאליף. ביי זיין רעזשים איז באגדאד געווארן דער גרעסטער האנדל צענטער אין דער וועלט.
- סוליימאן דער פראכטפולער – אטאמאנישער סולטאן, אין זיין תקופה האט די אטאמאנישע אימפעריע דערגרייכט איר שפיץ. ער האט געבויט די מויערן פון ירושלים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!