אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יבנה"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 54: | שורה 54: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:יבנה]] | [[he:יבנה]] | ||
רעוויזיע פון 08:23, 24 אקטאבער 2023
|
יבנה (אַראַביש: ياڨني يبنة, ייבנאַה) איז א שטאט, אין צענטער דיסטריקט פון ישראל, און געפונט זיך צו דרום זייט פון גלייכע ים געביט. די שטאט געפונט זיך נעבן לאקאלע ראט חבל יבנה פון דרום, אשדוד פון דרום מערב, פון מזרח עטליכע קיבוצים, און שטעטלעך. איז א שטאט זינט 1986. לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (צב"ס), ביים סוף פון 2010 האט די שטאָט געהאט אַ באַפעלקערונג פון 33,000.
אלטע היסטאריע
ווארשיינליך איז די שטאט אויף די פלאץ פון די זעלבע אלטע שטאט, וואס איז שוין געווען אין די צייטן פון יידן אין ארץ ישראל, אין מלכי יהודה, די שטאט איז געווען אונטער די פלשתים, און זיי האבן געשטערט דאס לעבן פון די אידן. ביי די צווייטע בית המקדש, האט ינאי המלך איינגענומען די שטאט, און די שטאט איז געווארן א יידישע. ביים חורבן האט רבן יוחנן בן זכאי, באקומען ערלויבעניש דארט אויפצושטעלן די סנהדרין, נאכן ארויסגיין פון ירושלים. די סנהדרין איז געווען אין יבנה פאר זיבעציג יאר, נאך רבי יוחנן איז געווען רבן גמליאל פון יבנה, און נאכדעם איז די סנהדרין אריבער צו אושא, נאכן דורכפאל פון בר כוכבא אויפשטאנד. רבן גמליאל ליגט לויט דער טראדיציע אין יבנה. (די אראבער האלטן אז די קבר איז פון א געוויסער חבר פון מוכאמאד).
נייע צייט
אין די צייטן פון אטאמאנישע אימפעריע, ביז די מלחמת השחרור, איז געווען דארט אן אראביש דארף, דער בריטישער מאנדאט, האט געברענגט דאס דארף צו א גינסטיקע וווקס, אבער די גבעתי בריגאדע האט איינגענומען דאס דארף אין יוני 1948, און די איינוואוינער זענען אנטלאפן קיין עזה שטרייף.
אין 1949, איז אויפגעשטעלט געווארן די נייע יבנה, נאכדעם וואס די אלטע דארף איז חרוב געווארן, פון נייע עולים. און אין 1986, איז פון א לאקאלע ראט געווארן די שטאט יבנה.
ביי די געגאסענע בליי אפעראציע, איז יבנה געווען די מערסט צפונדיקע שטאט, ווי די סירענע איז געהערט געווארן, אבער קיינע קאסאם ראקעטעס, זענען נישט געפאלן אין שטאט זעלבסט.
טראנספארטאציע
טראנספארטאציע איז צוגעשטעלט צו דער שטאט דורך מדינת ישראל באנען, וואס האט צוויי באן סטאנציעס אין יבנה, יבנה מזרח און יבנה מערב (געעפנט אין פעברואר 2012).
געשיכטע
יבנה איז געווען איינער פון די הויפּט פאַרצייטיקע שטעט אין די דרום פלוין, פלאצירט 20 קילאמעטער דרום פון יפו, 15 קילאמעטער צפון פון אַשדוד, און 7 קילאמעטער מזרח פונעם מיטלענדישן ים.
נאָך דעם אומקום פון דעם צווייטן בית המקדש אין 68, האט רבן יוחנן בן זכאי אריבערגעפירט די סנהדרין קיין יבנה.
ספארט
מכבי יבנה איז דער שטאָטס הויפּט פוטבאָל קלוב.
צווילינג שטעט
וועבלינק
צענטער דיסטריקט | ||
---|---|---|
גראפנשאפטן | ||
שטעט | אלעד · גבעת שמואל · הוד השרון · טייבה · טירא · יבנה · יהוד-מונוסון · כפר יונה · כפר סבא · כפר קאסם · לוד · מודיעין-מכבים-רעות · נס ציונה · נתניה · פתח תקוה · קאלאנסאווע · ראש העין · ראשון לציון · רחובות · רמלה · רעננה | |
לאקאלע ראטן | אבן יהודה · אליכין · באר יעקב · בית דגן · בני עי"ש · גדרה · ג'לג'וליה · גן יבנה · גני תקווה · זמר · כוכב יאיר צור יגאל · כפר ברא · מזכרת בתיה · סביון · פרדסיה · קדימה-צורן · קריית עקרון · שוהם · תל מונד | |
ראיאנראטן | ||
באראס |
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!