אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הונט"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:כלב הבית]] | [[he:כלב הבית]] | ||
רעוויזיע פון 06:58, 24 אקטאבער 2023
דער הונט (נקבה: הונטין) איז א הויזליכע ליבליכע חיה.
א סך מענטשן האדעווען הינט אין דער היים צוליב איינער פון די מערערע סיבות: פון ליבשאפט, אדער ווי שומרים צו היטן זייער פארמעגן.
הינט זענען באשאנקען מיט א שארפן שמעק-חוש; דערפאר נוצט מען זיי אויך אין מלחמות - אדער פאליציי צו טרעפן דראגס און אנדערע פארבאטענע זאכן.
זיי האבן ליב צו לעקן און קומען נאנט צו מענטשן.
אידישקייט
אין גמרא זעט מען אז עס איז נישט גלייך צו האבן א "שלעכטער" הונט, ווי דער גמרא זאגט ארור מגדל כלב רע בתוך ביתו, מען זאל נישט אויפציען א שלעכטער הונט, ספעציעל איז שטייט אין דער גמרא אז עס שאדט פאר א פרוי וואס איז טראגעדיג, זי קען פארליכן אין מפיל זיין איר קינד פון שרעק ווי דער גמרא פארציילט שיקלא טיבותא וכו'. אבער סתם אזוי צו האבן א הונט ביי זיך אין שטוב, מעג מען על פי הלכה. און כאטש דער רמב"ם שרייבט (הל' נזקי ממון פ"ה ה"ט) "ארור מגדל כלבים וחזירים מפני שהזיקן מרובה ומצוי, דאך האלט דער רמב"ם אז מען מעג האבן א הונט וואס איז געלערנט צו זיין זיין צווישן מענטשן, ווייל מען האט פון אים א שטארקע תועלת. אויך דער גאון רבי יעקב עמדין שרייבט אז לויטן רמב"ם מעג מען האבן א הונט וואס איז צוגעבונדן ער זאל אכט געבן אויפן הויז. אין פאקט אבער האבן א סך פרומע חרדים א פאניק פון הונט ווייל זיי זענען נישט איינגעוואוינט דערצו.
הונט אלס מעטאפאר
ווען מען וויל באליידיגן איינעם וואס פירט זיך אום אוממענטשליך, רופט מען אים "הונט" און פאר א פרוי "כלַבתא".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!