אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באריס פאסטערנאק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 27: שורה 27:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:בוריס פסטרנק]]
[[he:בוריס פסטרנק]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 06:11, 24 אקטאבער 2023

באָריס לעאָנידאָוויטש פּאַסטערנאַק (רוסיש: Бори́с Леони́дович Пастерна́к)‏ (10טן פעברואַר 1890 — 30סטן מאי 1960) איז געווען א ייִדישער־רוסישער דיכטער, ראָמאַניסט און איבערזעצער פון געטע און שייקספּיר. ער האָט געוואוּנען די נאָבעל־פּרעמיע פאַר ליטעראַטור אין 1958.

אין 1921 האָט ער אַרויסגעגעבן די בענד פּאָעזיע מיין שוועסטער און לעבן, וואָס האָבן רעוואָלוציאָנירט די רוסישע דיכטונג. זיי זענען געוואָרן מוסטערווערק פאַר ייִנגערע דיכטערס ווי אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און אַנדערע.

פּאַסטערנאַק איז געווען שוין פון קינדווייז אַ געשמדטער און מען האָט אים במילא געבראַכט צו אַ פּראַוואָסלאַוונער קבורה.

אין דעצעמבער 1989 האָט מען ערלויבט זיין זון יעווגעני באָריסאָוויטש פּאַסטערנאַק צו פאָרן קיין שטאָקהאָלם אָפּנעמען זיין טאַטנס נאָבעל־מעדאַל. ביי דער צערעמאָעניע האָט געשפּילט דער באַרימטער טשעליסט מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש אַ באַך־סערענאַדע.


P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!