אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייזנבאן וואגאן"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:קרון רכבת]] | [[he:קרון רכבת]] | ||
רעוויזיע פון 05:48, 24 אקטאבער 2023
אן אייזנבאַן וואַגאָן איז אַ סארט אייזנבאַן געצייג וואס ווערט געבויט צו פירן פּאַסאַזשירן אדער פראַכט פון איין פּלאַץ צום צווייטן. געווענליך ווערן די וואַגאָנען פאַרבונדן, וואס מאַכט אַ באַן. זיי קענען ווערן באַוועגט דורך אַ לאָקאָמאָטיוו אָדער מיט אַ זעלבסטשטענדיגער מאָטאָר (אַ מאָטאָר-וואַגאָן).
פּאַסאַזשירן וואַגאָן
אַ פּאַסאַזשירן וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פירן פּאַסאַזשירן אַלס אַ טייל פון אַ פּאַסאַזשירן באַן צווישן באן סטאנציעס. פּאַסאַזשירן וואַגאָנען געווענליך אנטהאַלטן רייען פון דריי ביז פינף זיצערטער אין צוויי זייטן פון אַ צענטראַלער פּאַסאַזש לענגאויס דער וואַגאָן, אדער גרופעס פון זעקס ביז אַכט זיצערטער אין קליינע קופּעס לענגאַויס אַ זייטיקער פאָיע. צווישן די זיצערטער זענען אָפט דאָ טישן פאַר די פּאַסאַזשירן. עס אויך זענען דאָ פּאָלציעס פאַר די באַגאַזשניקס פון די פּאַסאַזשירן, און אפשר אויך איינלאַגערונג קופּעס פאַר גרויסע אָביעקטן ווי וואַליזעס אדער ביציקלען.
פראַכט וואַגאָן
אַ פראַכט וואַגאָן אדער לאַסט וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פירן פראַכט אַלס אַ טייל פון אַ פראַכט באַן צווישן סחורה ערטער. עס זענען דאָ פאַרשידענע סאָרטן פראַכט וואַגאָנען לויט דעם סאָרט פראַכט אין טראַנספּאָרט, און אָפט זענען דאָ פאַרשידענע סאָרטן וואַגאָנען אין איין באַן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!