אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:הידור מצוה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויף אידיש איז מער פאפולער צו ניצן דאס ווארט 'מקור'.)
ק (לינק צו שיתופתא)
שורה 23: שורה 23:


== מצווה מן המובחר ==
== מצווה מן המובחר ==
אין אלגעמיין, ווייזט אויס פון די רייד פון די פוסקים וואס האבן צוגעגליכן די באגריף "מצווה מן המובחר", א פארשפרייטערט אוסדרוק אין [[גמרא|ש"ס]] און [[פוסקים]], צו די דין "הידור מצווה"{{הערה|זעהט [[מנורת המאור]] פרק ו - המצוות, שער ה, עמוד 415; שו"ת צמח צדק (הקדמון), סוף סימן קכז; שו"ת יד אליהו, סימן ז, ד"ה וכל זה; שו"ת [[שב יעקב]], סימן נג; [[חידושי חתם סופר]], מסכת גיטין, דף נד, עמוד ב, ד"ה והנה במל"מ; שו"ת מהר"ם שיק, אורח חיים, סימן קצח, ד"ה ועוד הביא; שו"ת אבני נזר, חלק אורח חיים, סימן תקא, אות ד; משנ"ב, תקפו, ה; חזון איש, מעשרות סימן ז, אות יד, ד"ה ומ"מ נראה; שו"ת צמח יהודה, חלק ג, סימן רטז.}}. אבער עס זענען דא וואס האבן געקווענקלט דערין{{הערה|זעהט באריכות אין שו"ת [[אפרקסתא דעניא]] חלק ב - אורח חיים, סימן מב. זעהט אויך אין [[חידושי הגרי"ז]], מסכת נזיר, דף ב, עמוד ב.}}.
אין אלגעמיין, ווייזט אויס פון די רייד פון די פוסקים וואס האבן צוגעגליכן די באגריף "מצווה מן המובחר", א פארשפרייטערט אוסדרוק אין [[גמרא|ש"ס]] און [[פוסקים]], צו די דין "הידור מצווה"{{הערה|זעהט [[מנורת המאור]] פרק ו - המצוות, שער ה, עמוד 415; שו"ת צמח צדק (הקדמון), סוף סימן קכז; שו"ת יד אליהו, סימן ז, ד"ה וכל זה; שו"ת [[שב יעקב]], סימן נג; [[חידושי חתם סופר]], מסכת גיטין, דף נד, עמוד ב, ד"ה והנה במל"מ; שו"ת מהר"ם שיק, אורח חיים, סימן קצח, ד"ה ועוד הביא; שו"ת אבני נזר, חלק אורח חיים, סימן תקא, אות ד; {{משנה ברורה|תקפו|ה}}; חזון איש, מעשרות סימן ז, אות יד, ד"ה ומ"מ נראה; שו"ת צמח יהודה, חלק ג, סימן רטז.}}. אבער עס זענען דא וואס האבן געקווענקלט דערין{{הערה|זעהט באריכות אין שו"ת [[אפרקסתא דעניא]] חלק ב - אורח חיים, סימן מב. זעהט אויך אין [[חידושי הגרי"ז]], מסכת נזיר, דף ב, עמוד ב.}}.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 05:13, 24 אקטאבער 2023

ארבעה מינים ווען זיי זענען צוזאמגעבינדן איז א הידור מצוה.

הידור מצווה (אדער - לויט א מערהייט דעות[1] - די אויסדרוק "מצווה מן המובחר") איז א הלכהדיגע פרינציפ וואס שטעלט אוועק אז מען דארף אפרעכטן א מצוה אויף א שיינע און לייטישע וועג, און דורך שיינע חפצים.

די געדאנק פון הידור מצווה ערשיינט שוין אין די רייד פון די תנאים, אבער די טערמין "הידור מצווה" ערשיינט נישט בכלל אין די רייד פון די תנאים און ערשיינט נאר אין תלמוד אין סתם ווערטער פון גמרא, וואס איז מיוחס צום ענד פון די תקופת האמוראים[2].

מקור פון דעם דין און זיין מהות

""זה קלי ואנווהו" (שמות טו, ב), התנאה לפניו במצוות, עשֵה לפניו סוכה נאה ולולב נאה ושופר נאה, ציצית נאה, ספר תורה נאה וכתוב בו לשמו בדיו נאה, בקולמוס נאה, בלבלר אומן וכורכו בשיראין נאין"

.

לויט א טייל פון די מפרשים איז די דין א דין מדאורייתא, און אנדערע האלטן אז עס איז נאר מדרבנן.
לויט רוב פוסקים איז די דין נאר א לכתחילה אבער בדיעבד פסלט עס נישט די מצווה.
א מענטש איז מחויב צו שווענדן געלט כדי צו מקיים זיין די מצווה בהידור, ביז א דריטל פון די אויסגאבע ווען די מצווה איז נישט בהידור[3].

דעטאלן פונעם דין

למעשה פאלט דער דין אויף אלע מצוות אבער עס זענען דא אפאר וואס זענען קלאר געזאגט געווארן, ווי: א שיינע סוכה, א שיינער לולב (און אתרוג), א שיינער שופר, א שיינע ציצית, א שיינע ספר תורה, וואס איז געשריבן מיט א שיינע טינט, מיט א שיינע פעדער, א קינסטליכער סופר און איינגעוויקלט אין שיינע קליידער" (שבת קלג:). אזוי אויך איינבינדן די ארבעה מינים איז א הידור מצוה.

ביישפילן

  • מען טאר נישט נעמען ביי די ארבעה מינים אום סוכות אן אתרוג וואס זיין שיעור איז ווייניגער ווי א כביצה, נאר מען דארף נעמען אן אתרוג וואס איז גרעסער מיט א דריטל פון א כביצה אלס "הידור מצווה".
  • עס זענען דא וואס פירן זיך צו זיך אנלאנען לענגאויס די גאנצע סדר נאכט אלס "הידור מצווה".
  • לפנים משורת הדין איז ווי א הידור מצווה.
  • טראץ וואס אלע סארטן אויל זענען כשר אויף צו צינדן נר חנוכה, איז אבער א "מצווה מן המובחר" זיך צו באנוצן מיט איילבירטן אויל, און דערפאר זענען די מהדרים מקפיד דערויף.

מצווה מן המובחר

אין אלגעמיין, ווייזט אויס פון די רייד פון די פוסקים וואס האבן צוגעגליכן די באגריף "מצווה מן המובחר", א פארשפרייטערט אוסדרוק אין ש"ס און פוסקים, צו די דין "הידור מצווה"[4]. אבער עס זענען דא וואס האבן געקווענקלט דערין[5].

רעפערענצן

  1. זעט שפעטער אין פאראגראף מצווה מן המובחר.
  2. שמא יהודה פרידמן, המהדרין מן המהדרין, לשוננו, אדר ב', תשס"ה, עמ' 156
  3. בבא קמא ט, ב
  4. זעהט מנורת המאור פרק ו - המצוות, שער ה, עמוד 415; שו"ת צמח צדק (הקדמון), סוף סימן קכז; שו"ת יד אליהו, סימן ז, ד"ה וכל זה; שו"ת שב יעקב, סימן נג; חידושי חתם סופר, מסכת גיטין, דף נד, עמוד ב, ד"ה והנה במל"מ; שו"ת מהר"ם שיק, אורח חיים, סימן קצח, ד"ה ועוד הביא; שו"ת אבני נזר, חלק אורח חיים, סימן תקא, אות ד; משנה ברורה, סימן תקפ"ו, סעיף קטן ה'; חזון איש, מעשרות סימן ז, אות יד, ד"ה ומ"מ נראה; שו"ת צמח יהודה, חלק ג, סימן רטז.
  5. זעהט באריכות אין שו"ת אפרקסתא דעניא חלק ב - אורח חיים, סימן מב. זעהט אויך אין חידושי הגרי"ז, מסכת נזיר, דף ב, עמוד ב.
טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער