אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קענסער"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען דורך HotCat) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=group of diseases involving abnormal cell growth and spread|העב=שם כללי למספר סוגי מחלות, רובן קטלניות|דייטש=bösartige Tumorerkrankung|}} | |||
'''קענסער''' (אויך '''ראַק''', '''קאַנסער''', '''קרעפס''') (אין דאקטוירישער שפראך: בייזוואוקס) איז אַ [[קראַנקייט]] ווען עס פאסירט א ניט־קאָנטראָלירטע צו-וואסקן זיך פון [[צעל|קעמערלעך]] (צעלן) און זיי טוען אדער אַריינדרינגען אין דערנעבנדיגע [[געוועבן]] אָדער געפירט ווערן צו אַנדערע ערטער אינעם קערפער און דארט זיך צו-וואקסן ([[מעטאַסטאַסיס]]<ref>metastasis</ref>, דאס איז ווען די קענסער־קעמערלעך ווערן געפירט דורכן בלוט אָדער לימפע<ref>lymph</ref>־סיסטעם, רוב קענסערס וועלן פארמירן א שטיק. | '''קענסער''' (אויך '''ראַק''', '''קאַנסער''', '''קרעפס''') (אין דאקטוירישער שפראך: בייזוואוקס) איז אַ [[קראַנקייט]] ווען עס פאסירט א ניט־קאָנטראָלירטע צו-וואסקן זיך פון [[צעל|קעמערלעך]] (צעלן) און זיי טוען אדער אַריינדרינגען אין דערנעבנדיגע [[געוועבן]] אָדער געפירט ווערן צו אַנדערע ערטער אינעם קערפער און דארט זיך צו-וואקסן ([[מעטאַסטאַסיס]]<ref>metastasis</ref>, דאס איז ווען די קענסער־קעמערלעך ווערן געפירט דורכן בלוט אָדער לימפע<ref>lymph</ref>־סיסטעם, רוב קענסערס וועלן פארמירן א שטיק. | ||
שורה 44: | שורה 45: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:סרטן (מחלה)]] | [[he:סרטן (מחלה)]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:39, 23 אקטאבער 2023
קענסער (אויך ראַק, קאַנסער, קרעפס) (אין דאקטוירישער שפראך: בייזוואוקס) איז אַ קראַנקייט ווען עס פאסירט א ניט־קאָנטראָלירטע צו-וואסקן זיך פון קעמערלעך (צעלן) און זיי טוען אדער אַריינדרינגען אין דערנעבנדיגע געוועבן אָדער געפירט ווערן צו אַנדערע ערטער אינעם קערפער און דארט זיך צו-וואקסן (מעטאַסטאַסיס[1], דאס איז ווען די קענסער־קעמערלעך ווערן געפירט דורכן בלוט אָדער לימפע[2]־סיסטעם, רוב קענסערס וועלן פארמירן א שטיק.
קענסער קען ערשיינען ביי מענטשן פון יעדן עלטער, נאָר די ריזיקע גייט ארויף מיטן עלטער ווערן. לויט דער וועלט געזונט ארגאניזאציע, 12.5% פון אלע טויטפאלן אויף דער גארער וועלט.
קענסער, איז די שנעלסטע שטייגנדע קרענק, עס איז געשאצט אז ביזן יאר 2020 וועלן ל"ע זיין 25,000,000 קענסער ליינדנדע גלאבאל, 1.7 מיליאן קראנקע אין אמעריקע אליין פער יאר, און פון זיי וועלן לכאורה שטארבן אריבער זעקס הונדערט טויזנט פערזאנען פער יאר. דעס איז דאך א הימל שפאלטנדע ציפער, עפעס וואס די וועלט קען נישט שטיין גלייכגילטיג, זיך צוקוקן דערצו און צושטימען בלינדערהייט, ווי דער ביטערע מחלה רייסט שטיקער פון די מענטשהייט.
צו מאכן בקיצור דעם שרעקליכן ציפער: איינער פון צוויי מענער, איינע פון דריי פרויען, און איינער פון צען קינדער וועלן הערן דעם שרעקעדיגן ווארט פון א ווייס קיטל'דיגן דאקטאר: "איר האט קענסער", אין משך פון זייער לעבן. דעס איז דער שאצונג פון די 'אמעריקען קענסער סאסייעטי'.
די סארטן
קענסער איז א קראנקייט וואס ווי אינעם קערפער ער ערשיינט איז ער אן אומקאנטראלירטע פארמערונג פון קעמערלעך דאך אין דער מעדיצינישער שפראך ווערט ער איינגעטיילט אויף אסאך קראנקהייטן געווענליך וועט ער ווערן אנגערופן לויט דעם קעמערל פון וואנען ער האט זיך פארשפרייט.
לויט דעם נאציאנאלן אינסטיטוט פאר קרעפס-פארשונג (ענגליש: "National Cancer Research Institute") אין גרויס-בריטאניע זענען געווען 22% פון קרעפס-פטירות אין גרויס-בריטאניע ביז 2014 וועגן לונגען-קרעפס. 10.3% וועגן געדערעם-קרעפס. 7.7% וועגן ברוסט-קרעפס. 6.5% וועגן פארשטייערדריזן-קרעפס (ענגליש: "prostate cancer", דייטש: "Vorsteherdrüsenkrebs"). אבער די פינאנצירונגן פאר די פארשונג קעגן די פארשידענע קרעפס-סארטן זענען אונטערשידליך. לונגען-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 14.16 מיליאנען פונט. געדערעם-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 25.04 מיליאנען פונט. ברוסט-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 40.32 מיליאנען פונט. פארשטייערדריזן-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 22.30 מיליאנען פונט.
די סימפטאמען
סימפּטאָמען ענדערן זיך לויט דעם אָרט וואס דער געוואוקס געפינט זיך און לויטן טיפּ פונעם צעל, און ווי ווייט דער געוואוקס האָט זיך שוין פאַרשפּרייט און ווי ווייט ער איז אריינגעדרינגען אין די ארומיגע ארגאנען און זיי געשעדיגט. אבער טיילמאל וועט זי אינגאנצן נישט ברענגען קיין סימפטאמען אפילו ער איז שוין א גרויסע געפאר פארן קערפער.
דיאגנאז
די אפטיילונג פון רפואה וואס גיט זיך אפ מיט קענסער ווערט אנגערופן אנקאלאגיע, און ווען א פאמיליע דאקטער וועט פארדאכטן אז א מענטש ליידט פון קענסער וועט ער דעם פאציענט רעקאמענדירן צו זען א אנקאלאג וואס וועט פאר אלעם באטראכטן די סימפטאמען, און אויב איז פאראן אן ערנסטער פארדאכט אויף קענסער וועט ער דאס פעסשטעלן מיטן הילף פון א פאַטאָלאָג וועט ער וועט ערשטנס נעמען אן אינערלעך בילד פונעם קערפער צי א (CT) אדער א (MRI). נאכדעם וואס ער באשטעטיגט דורכן בילד אז עס איז טאקע פאראן א אומגעוואונטשענער געוואוקס דארף מען נאכגיין צו וויסן צוויי וויכטיגע פונקטן. די צוויי פונקטן זענען: איינס, צי איז דאס א וואקסנדער קענסער אדער א שטילער קענסער, צוויי, פון וואנעט איז דער מקור פונעם געוואוקס ד.ה. פון וואספארא צעל האט ער זיך צושפרייט. דאס ווערט געטון דורך בודק זיין א צעל פונעם געוואוקס. דער צעל ווערט ארויסגענומען דורך אַ ביאָפּסיע (מוסטער פון אַ לעבעדיקן מענטש) אָדער כירורגיע (מוסטער דורך אַן אָפּעראַציע), אויך א בלוט-פראבע וועט ווערן באנוצט אין געוויסע פעלער צו דיאגנאזירן קענסער.
די באהאנדלונג
דערווייל ווערט קענסער באהאנדלט מערסטנס מיט כעמאָטעראַפּיע ביי גרעסערע געוואוקסן, און ביי קלענערע געוואוקסען באַשטראַלונג־טעראַפּיע[3] און טיילמאל אויך דורך אויסשניידן ביי אלע אויבערדערמאנטע באהאנדלונגען וועט דער פאציענט זיין אונטער א דרקטוירישע אויפזיכט ביז 5 יאר נאך די ענדע פון די באהאנדלונג צוליב מורא עס זי וועט צוריק קומען אבער עס זענען אויך פאראן נאך פארשידענע באהאנדלונגען.
די הצלחה פון דער באהאנדלונג ווענדט זיך אין פארשידענע פאקטארן פון זיי ווי פרי ס'איז דערקענט געווארן אינעם סארט קענסער ד.ה. ווי ווייט דער סארט קענסער צעל טוט צוגיין דורך כעמאטעראפיע, אבער מען דארף אויך שטארק נעמען אין באטראכט דער כלליותדיגער צושטאנד פונעם געזונט פון פאציענט דאס איז צוליב ווייל כעמאטעראפיע האט גאר שטארקע זייטיגע אומגעוואונטשענע ווירקונג און דאס אלץ איז נאר ווען די ארגאנען זענען נישט געשעדיגט געווארן, ווייל אויב זיי זענען שוין געשעדיגט געווארן איז שוין דא א פראגע צי קען מען בכלל לעבן אן דעם ארגאן ווייל עס איז נישט פאראן קיין מעגליכקייט צוריקצושטעלן א געשעדיגטן ארגאן (אויסער דורך אן איבערפלאנצונג, אבער געווענליך ווערט דאס נישט געמאכט אין פאל פון קענסער).
וואָס מער דער פארשריט וואס די וויסנשאַפטלעכע פאָרשונגען מאכן, אַלץ מער ספּעציפיש ווערן די באַהאַנדלונגען לויטן טיפּ קענסער. פאַר אַ סך מיני ראַק זענען שוין פארהאן רפואות וואָס צילעווען ספּעציפישע קענסערס.
אומבאַהאַנדלטערהייט קענען קענסערס דערפירן צו ערנסטע שאדן אינעם קערפער און אויך צו טויט, כאָטש נישט אין יעדן פאַל.
די סיבה
דאָס ניט־רעגולירטע צעוואַקסן זיך וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פאַר קענסער ווערט אַרויסגערופן דורכן שאָדן צו די־ען־איי, וואָס דערפירט צו מוטאַציעס[4] אין גענעס (genes) וואָס קאָדירן די פראָטעיִנען וואָס קאָנטראָלירן די קעמערלעך־ (צעלן־)צעטיילונג. אַ סך מוטאַציעס קענען זיין נויטיג צו פאַרוואַנדלען אַ נאָרמאַל קעמערל אין אַ בייזוואוּקסיג (malignant) קעמערל. די מוטאַציעס קענען אַרויסגערופן ווערן דורך כעמיקאַלן אָדער פיזישע גורמים וואָס הייסן קאַרצינאָגענען (carcinogens), דורכן אויסגעשטעלט ווערן אויף ראַדיִאָאַקטיווע מאַטעריאַלן, אָדער געוויסע ווירוסן וואָס קענען אַריינגעבן זייער די־ען־איי אין מענטשליכן גענאָם. די מוטאַציעס קענען געשען סתּם, אָדער קענען איבערגעגעבן בירושה דורך מוטאַציעס אין די־ען־איי.
אַ סך פאָרמעס קענסער זענען פאַרבונדן מיט סביבה'דיגע פאַקטאָרן ווי למשל טאַבאק־רויך, באַשטראַלונג, אַלקאָהאָל און געוויסע ווירוסן. כאטש טייל פון זיי קען מען אויסמיידן, איז נישטאָ קיין אופן אין גאַנצן צו פאַרמיידן די קראַנקייט, און פאָלקסגעזונט־פּראָגראַמען (ווי צ"ב וואַקצינירונג) זענען וויכטיג איבער דער וועלט.
צוליב איר גרויזאמע פאלגן ווערט די קרענק אנגערופן אין פאלקס שפראך יענע מחלה אדער יענע מעשה.
הערות
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!