אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זארעטשנאיע"
ק (removed Category:דערפער; added Category:דערפער אין רוסלאנד using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022
זארעטשנאָיע (רוסיש: Заречное) איז א דארף אינעם אָבלוטשיער ראיאן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויף דער גרענעץ מיט דער אמורער געגנט פון דער רוסלענדישער פעדעראציע. עס געפינט זיך אויפן רעכטן ברעג פונעם טייך כינגאן, 32 קילאמעטער פון דער שטאט אָבלוטשיע. לויט די אנגאבן פון 2010 באטרעפט די באפעלקערונג פון זארעטשנאיע 152 נפשות.
געשיכטע
דאס דארף איז געגרינדעט אין אנהייב 30ער יארן פונעם 20טן יארהונדערט אונטערן נאמען וואלד-ארטעל "איסקרא" ("פונק" – אויף רוסיש). דעמאלט האבן דא געוווינט און געארבעט אסירים. אין 1937 זיינען זיי פארביטן געווארן דורך 15 משפחות יידישע איבערוואנדערער פון דער סטאלינגראדער (איצט – וואָלגאָגראדער) געגנט. זיי זיינען געקומען פונעם יידישן קאָלווירט סטאלינדאָרף (איצט – פּרימאָרסקי), געגרינדעט א קאלווירט אויפן נייעם ארט און געגעבן אים דעם זעלבן נאמען – "סטאלינדאָרף". שפעטער זיינען אינעם סטאלינדארף געקומען נייע איבערוואנדערער פון דער סטאלינגראדער, קורסקער און זשיטאָמירער געגנטן. אין 1953 איז דער נאמען פונעם קאלווירט געביטן געווארן אויפן "קאלווירט אויפן נאמען פונעם XX פּארטיי-צוזאמענפאָר. אין 1962 איז געביטן געווארן אויך דער נאמען פונעם דארף. זינט דעמאלט האט מען סטאלינדארף אנגעהויבן רופן זארעטשנאָיע. אין 1968 איז דער ארטיקער קאלווירט ליקווידירט געווארן און זארעטשנאָיע האט מען איינגעשלאסן אין באשטאנד פונעם ראטווירט "פּאשקאָווסקי".
ביז 2006 איז זארעטשנאָיע געווען אן אביעקט פון א טעריאטאריאלן קאנפליקט צווישן דער יידישער אויטאנאמער געגגנט און דער אמורער געגנט. דעם 22טן נאוועבמער 2006 איז געשלאסן געווארן אן אפמאך, וועלכער האט איבערגעלאזט דאס דארף אינעם באשטאנד פון דער יידישער אויטאנאמער געגנט.