אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאזאוויער וואיעוואדעשאפט"
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=voivodeship of Poland|דייטש=Verwaltungseinheit (Woiwodschaft) in Polen|}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען= מאַזאוויער וואיעוואָדעשאַפט | |נאמען= מאַזאוויער וואיעוואָדעשאַפט | ||
שורה 49: | שורה 50: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מזוביה]] | [[he:מזוביה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:23, 23 אקטאבער 2023
|
די מאַזאוויער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo mazowieckie וואיעוואָדזטווא מאַזאוויעצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין מזרח־צענטראל פוילן. זי איז די גרעסטע און די מערסט באפעלקערסטע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 35,579 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 5.16 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז ווארשע, הויפטשטאט פון פוילן (1.7 מיליאן); אנדערע פרינציפעלע שטעט זענען ראדעם (226,000) אין דרום, פלאצק (127,000) אין מערב, שעדליץ (77,000) אין מזרח און אסטראלענקע (55,000) אין צפון.
זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ווארשאווער, פלאצקער, טשעכאנאווער, אסטראלענקער, שעדליצער און ראדעמער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דעם היסטארישן נאמען פונעם ראיאן, מאזאווזשע.
מאזאוויע גרעניצט זעקס אנדערע וואיעוואָדעשאַפטן: ווארמיע-מאזוריע צו צפון, פאדלאכיע צו צפון־מזרח, לובלין צו דרום־מזרח, שווענטאקזשיסקיע צו דרום, לאדזש צו דרום־מערב און קויאוויע-פאמעראניע צו צפון־מערב.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאזאוויער וואיעוואדעשאפט |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!