אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישיבת צאנז"
ק (החלפת טקסט – "ריע:צאנז]]" ב־"ריע:צאנז|װ]]") |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||העב=ישיבה בנתניה|}} | |||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
שורה 26: | שורה 27: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ישיבת צאנז]] | [[he:ישיבת צאנז]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:19, 23 אקטאבער 2023
ישיבת דברי חיים צאנז - הישיבה הגבוהה - איז די ישיבה גדולה פון די צאנזער חסידים, און געפינט זיך אין קריית צאנז, נתניה. אין דער ישיבה לערנען ארום 350 בחורים, פון איבערן ארץ ישראל און דער גארער וועלט. פיהל פון די בוגרי הישיבה דינען ווי רבנים.
ראשי הישיבה
די ישיבה האט צוויי ראשי ישיבות, דער אלטער ראש ישיבה איז הגאון הגדול רבי שמואל אליהו שמערלער בעל דברי אליהו, דער ערשטער ראש ישיבה פון דער ישיבה. ער זאגט פאָר יעדע וואך א שיעור כללי. דער יונגער ראש ישיבה איז רבי יוסף משה דב האלבערשטאם דעם צאנצער רבי'ס צווייטער זון. וואס פירט למעשה די ישיבה.
זיך פארהערן בלעטער
דער צאנז קלויזנבורגער רבי, דער גרינדער פון דער ישיבה, וואס האט געזען אלס ציל אויפצושטעלן א דור תלמידי חכמים, האט איינגעפירט די בחורים זאלן זיך פארהערן אויף הונדערטער בלעטער גפ"ת (ר"ת פון גמרא פירוש רש"י און תוספות) און זיי באטיטלען אין שטיצן, אז יעדער וואס וועט זיך פארהערן דריי הונדערט בלאט גמרא מיט תוספות וועט באַטיטלט ווערן מיטן טיטל "צורבא מרבנן". פינף הונדערט בלאט גפ"ת מיטן טיטל "חבר". (יארן שפעטער איז עס געענדערט געווארן אויף זעקס הונדערט בלאט גפ"ת). טויזנט בלאט גפ"ת מיטן טיטל "מורינו" און אזוי ווייטער. ווען מען רופט אויף די בחורים צו דער תורה רופט מען זיי אויף מיטן טיטל, א חוץ די צורבא'ס וואס מען רופט זיי אויס אן די טיטל ווייל די טיטל צורבא איז נישט גענוג חשוב. די סיסטעם פון באטיטלען מיט די טיטלעך, איז שוין געווען איינגעפיהרט אין אסך ישיבות אין אונגארן פון פאר די מלחמה, און דער רבי האט עס צוריק געשטעלט און זיין ישיבה.
די חלוקת התעודות, חלוקת הפרסים, פאר די ישיבה גדולה בחורים וואס האבן זיך פארהערט קומט פאר צוויי מאל א יאר, כ"ה ניסן (דעם דברי חיים'ס יארצייט, ראש פון דער צאנזער שושלת, און דער וואס די ישיבה רוהפט זיך נאך היים) מיט ט' תמוז (די יארצייט פון דעם צאנז קלויזנבורגער רבי, דער שפע חיים און דברי יציב, גרידער פון ישיבה, און אויף לעבעהר פון צאנז נאכן חורבן), כ"ה ניסן טיילט מען די תעודות און פרסים פאר די "חבר'ס" און ט' תמוז ווערן די תעודות און פרסים געטיילט פאר די "מורינו'ס".
די מתיבתא
די היכל הישיבה געפונט זיך אין מתיבתא, סעדיה גאון גאס 10, וואס דארט דאוונט אויך דער צאנזער רבי שבת.
די קרית חינוך
פאר די תלמידי הישיבה איז צו געשטעהלט א ריזיגן קאמפוס וואס ווערט גערופן "קריית חינוך - דברי חיים", געפודט זיך אין דברי חיים גאס 5, מיט א גרויסע עסצימער, און א גרויסע שלאפשטוב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!