אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חולה טאל"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:עמק החולה) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=valley|העב=אזור גאוגרפי בישראל|דייטש=Nationalpark in Israel|}} | |||
דער '''חולה טאל''' ([[העברעיש]]: ''עמק החולה'') איז א [[טאל]] אין "פינגער פון [[גליל]]", אין צפון [[ארץ ישראל]], פאקטיש איז עס א המשך צום [[עמק הירדן]], וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט זיך דער איון טאל אין [[לבנון]], און דער [[לבנון טאל]]. | דער '''חולה טאל''' ([[העברעיש]]: ''עמק החולה'') איז א [[טאל]] אין "פינגער פון [[גליל]]", אין צפון [[ארץ ישראל]], פאקטיש איז עס א המשך צום [[עמק הירדן]], וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט זיך דער איון טאל אין [[לבנון]], און דער [[לבנון טאל]]. | ||
שורה 18: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:עמק החולה]] | [[he:עמק החולה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:13, 23 אקטאבער 2023
דער חולה טאל (העברעיש: עמק החולה) איז א טאל אין "פינגער פון גליל", אין צפון ארץ ישראל, פאקטיש איז עס א המשך צום עמק הירדן, וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט זיך דער איון טאל אין לבנון, און דער לבנון טאל.
דער טאל האט אסאך וואסער, און אמאל האט זיך געפונען אין דרומדיקן טייל פון טאל, די חולה אזערע, וואס ישראל האט אויסגעטריקנט אין די 1950ער יארן. היינט האט מען צוריק פארפלייצט עטליכע ערטער, נאכן זען אז דאס אויסטריקענען האט געברענגט צו עקאלאגישע ענדערונגען.
אין דעם טאל געפינט זיך היינט איין שטאט קרית שמונה, א קאלאניע יסוד המעלה, און נאך דערפער און קיבוצים, וואס ווערן איינגעטיילט צו צוויי געגנטליכע ראטן, גליל העליון און מבואות החרמון.
געאגראפיע
דער חולה טאל געפינט זיך צווישן די אויבער גליל נפתלי בערג פון מערב, און די גולן בערג פון מזרח.
דער קלימאט איז עטוואס א שווערער, די דיפרענציאל אין וועטער איז הויך, וויבאלד עס איז ווייט פון ים, און איז א פארמאכטער טאל ארום גענומען ביי די זייטן מיט בערג, וואס ברענגט דערצו אז אויף די בערג קען גיין אסאך רעגן, די וואלקענעס טראסקענען אראפ צום טאל, און הייבן זיך ווידער צום גולן, וואס מאכט אז ביי די זייטן פון חולה רעגנט, אבער אין טאל נישט.
דרום פון חולה טאל געפינט זיך דער כנרת טאל, דער טאל וואס נעמט ארום דעם כנרת. מדינת ישראל באנען האט א פלאן צוגעגרייט אויפצושטעלן גערעלסן פאר א צוקונפטיקער באן, וואס וועט פארן אין טאל ביז קרית שמונה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!