אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויקינג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:40, 22 נאוועמבער 2022

וויקינג מאטראזן אין זייערע שיפן

די וויקינגען (דעניש: Vikinger; פאראעזיש: Víkingur; איסלאַנדיש: Víkingar; נארוועגיש: Vikinger; ניי-נארוועגיש: Vikingar; שוועדיש: Vikingar) זענען געווען גערמאניש־נארדישע פעלקער וואס זענען געקומען פון סקאנדינאוויע (היינט דענמארק, נארוועגיע און שוועדן) צווישן די יארן 793 ביז 1066. זיי זענען געפארן אין לאנגע שיפן. זיי האבן איבערגעפאלן די בארטנס פון צפון-אייראפע און מערב-אייראפע און די בריטישע אינזלען (היינט ענגלאנד, שאטלאנד און אירלאנד), ווי אויך די טייכן פון מזרח-אייראפע ביזן קאספישן ים.

די אייראפעער האבן געהאט שטארק מורא פון די וויקינגען ווייל זיי האבן געהאט שטארקע געווער און האבן אטאקירט זייער אכזריותדיק. ווען די וויקינגען זענען געקומען קיין ענגלאנד, האבן די מלכים זיי באצאלט כדי זיי זאלן פארלאזן דאס לאנד, אבער אפטמאל פלעגן זיי נעמען דאס געלט און דאך האבן זיי אטאקירט. דאס געלט ווערט גערופן "דאנעגעלט", ווייל די וויקינגען וואס האבן אטאקירט ענגלאנד זענען געווען דענער.

מוסטער:היסט-שטומף