אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם אהרן טייטלבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אפשטאם: אינערליכע לינקס)
שורה 38: שורה 38:
[[קאַטעגאָריע:סיגעט]]
[[קאַטעגאָריע:סיגעט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע רבנים]]

רעוויזיע פון 05:57, 19 אקטאבער 2023

רבי אברהם אהרן טייטלבוים זצ"ל (ה'תקפ"ו - י"ב אלול ה'תר"ע), רב אין קאלבאסאוו

אפשטאם

רבי אברהם אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ו צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

רבנות

רבי אברהם אהרן האט געפריווט צו האנדלען מיט וויין און דערפאר געפארן עטליכע מאל קיין אונגארן אבער האט נישט געהאט קיין ערפאלג.

אין יאר ה'תרכ"ב צוויי יאר נאך זיין שווער'ס פטירה האט מען אויפגענומען רבי אברהם אהרן רב אין קאלבאסאוו אויף זיין שווער'ס ארט.

ס'האט זיך איבער דעם רבנות אין קאלבאסאוו געשאפן א שווערע קריגעריי, וועלכע האט צוטיילט די שטאט אין צוויי פארטייען. די צאנזער חסידים האבן געהאלטן מיט רבי אברהם אהרן און צו זיין באקרוינונג איז געקומען זיין פאטער דער סיגעטער רב צו פארן פון אונגארן, דאגעגען האט זיין שוויגער געוואלט אז מען זאל אויסווארטן ביז איר זון רבי אשר'ל וואקסט אונטער און מען זאל אים אויפנעמן אלס רב. די דזשיקאווער חסידים האבן געהאלטן מיט איר און האבן געברענגט א דיין רבי וואלף קרייזמאן פון ריישא, ביז ווען דעם צאנזער רב'ס קפידה האט אים געשאד.

הסתלקות

רבי אברהם אהרן איז נפטר געווארן י"ב אלול ה'תר"ע. מען האט געלייגט ווי ער האט באפוילן, אינדרויסן פון זיין שווער'ס אהל.

פאמיליע

רבי אברהם אהרן האט געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב יחיאל רובין, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ. זייערע קינדער:

  • מרת רויזא בלימא (ה'תרט"ז - ), די ווייב פון הרב משה דוד אשכנזי (ה'תר"כ (אומגעפער) - ה'תר"פ (אומגעפער) ), רב אין סטאניסלאוו.
  • הילד אשר טייטלבוים (ה'תרט"ז - ), ער איז נפטר געווארן אלס קינד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר