אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עשרת ימי תשובה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
(צו קענען מאכן א ווייטערפיר אהער..)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 44: שורה 44:
===אנטשולדיגן===
===אנטשולדיגן===
אין די טעג פון "עשרת ימי תשובה" איז איינגעפירט זיך צו אנטשולדיגן איינער פארן צווייטן אויף בייזוויליגע אקטן וואס זענען פראקטיצירט געווארן פון איינעם געגן צווייטן דורך אויס דעם פערגאנגענהייט, די דאזיגע אקט ווערט אנגערופן זיך "[[ענטשולדיגן|איבערבעטן]]".
אין די טעג פון "עשרת ימי תשובה" איז איינגעפירט זיך צו אנטשולדיגן איינער פארן צווייטן אויף בייזוויליגע אקטן וואס זענען פראקטיצירט געווארן פון איינעם געגן צווייטן דורך אויס דעם פערגאנגענהייט, די דאזיגע אקט ווערט אנגערופן זיך "[[ענטשולדיגן|איבערבעטן]]".
==שבת שובה==
<!-- בעשרת הימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, ("בין כסה לעשור") יש תמיד שבת אחת הנקראת '''שַׁבַּת שׁוּבָה'''{{הערה|יש מכנים את השבת "שבת תשובה".}} על שם המילה הראשונה ב[[הפטרה]] המיוחדת שקוראים בשבת זו: "שובה ישראל עד ה' א-להיך כי כשלת בעוונך" ({{תנ"ך|הושע|יד|ב|י}}); בחלק מהקהילות נוהגים להוסיף {{תנ"ך|יואל|ב|טו|כז}} או {{תנ"ך|מיכה|ז|יח|כ}} או שניהם.
נוסח התפילה בשבת זו זהה ליתר ימות השנה, למעט שינויי התפילה הנוהגים ביתר עשרת ימי תשובה. כמו כן, בתפילת ערבית בברכת [[מעין שבע]] אומרים ''''המלך הקדוש''' שאין כמוהו', במקום הנוסח הקבוע ''''הא-ל הקדוש''' שאין כמוהו'.{{הערה|בנוסח תימן בלדי תמיד אומרים "המלך הקדוש" בברכת מעין שבע.}}
בקהילות אשכנז המזרחי, אומרים [[יוצר (פיוט)|יוצר]] "אשחר אל א-ל" ל[[מנחם בן מכיר]], אופן "האזינו אבירים" (לא חתום), וזולת "אדעה כי אין זולתך" למנחם בן מכיר.{{הערה|סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, מנהג פולין, עמ' 786 ואילך.}} בקהילות אשכנז המערבי, אומרים יוצר "אור עולם קראו", אופן "כי אם שם אדיר יי אדוננו", וזולת "אל א-להינו נשוב בצר לנו", כולם לה[[אליעזר בן נתן|ראב"ן]];{{הערה|סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, מנהג אשכנז, עמ' 731 ואילך.}} בקצת קהילות אשכנז אומרים גם "[[א-להיכם (סוג פיוט)|א-להיכם]] שופט צדק" בקדושת מוסף,{{הערה|סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, מנהג אשכנז, עמ' 243 ואילך.}} אך ב[[פפד"מ]] לא אומרים אותו.{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/6822 דברי קהלת], פפד"מ תרכ"ב, עמ' 210 נותן שני הסברים לדבר: או שאומרים רק פיוטי א-להיכם החתומים יהודה, וזה חתום שמואל, או שהוציאו אותו משום ש"שופט צדק" הוא ראשי תיבות "שבתי צבי". על כל פנים, נראה שהסיבה האמיתית שאין אומרים אותו הוא משום שהוא כמעט ולא נמצא בכתבי יד, ואם כן סביר להניח שהוא נוסף בתקופה מאוחרת.}} בנוסח איטליה אומרים יוצר "א-לי שובה אימתי".{{הערה|הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטילי, '''[https://docs.wixstatic.com/ugd/8cabfe_8954c7312bed451c8acc0181387928df.pdf סדר תפלות כמנהג בני רומה]''', ירושלים תשע"ד, עמ' שיד.}}
שבת זו נקראת גם "שבת תשובה", כיוון שחלה במרוצת עשרת ימי תשובה.
מנהג הוא, שהרב דורש בשבת זו בפני הציבור וקורא ל[[תשובה (יהדות)|תשובה]]. -->
{{ימים טובים}}
{{ימים טובים}}
{{ראש השנה}}
{{ראש השנה}}

רעוויזיע פון 06:11, 22 סעפטעמבער 2023

עשרת ימי תשובה - (10 צוריק-קער טעג), אזוי ווערן גערופען די ערשטע צען טאג פון יאהר אין די אידישע קאלענדער, וואס הויבן זיך אן מיט די יום טוב ראש השנה און ווערן פארענדיקט מיט יום כיפור.

באזונדערהייט פון די צען טאג

אין ראש השנה ווערט פון פאראויס אפגעשטימט דורך גאט וואס וועט דעם מענטשן טרעפן דורך די נייע יאר. און אין די צען טאג פון ראש השנה ביז יום כיפור איז נאך מעגליך צו ענדערן דעם באשטימטן פסק דין פון שלעכטס צו גוטס דורך דריי זאכן: תשובה, תפילה און צדקה, דעריבער ווערן די טעג אנגערופן "די צען תשובה טעג".

תשובה תפילה און צדקה

תשובה

דאס ווארט תשובה אין פרייע אפטייטש צו אידיש מיינט "זיך צוריקקערן". דאס הייסט: "צוריק צו דעם אלטן וועג" (דער וועג פון תורה).

תשובה ווערט פראקטיצירט דורך: 1. חרטה אויף די פערגאנגענהייט. 2. אפלאזן די נישט אויסגעהאלטענע אקטן, נישט טאן מער קיין עבירות. 3. "קבלה מכאן ולהבא" - פארנעמען זיך צו פירן לויט די תורה. אין דער ספר "שערי תשובה" טוט רבינו יונה ערקלערן און פארברייטערן די טעמע פון "תשובה".

אין די טעג וואס ווערן אנגערופן "עשרת ימי תשובה" טוען אידן אפרעכטן "תשובה" אין גרעסערע מענגן ווי אין איינפאכע טעג, באזירט אז אין די טעג גאט טוט משפט'ן יעדן באשעפעניש, און באשטימט א אינדיווידואלער פסק דין וואס ווערט געזיגלט יום כיפור. דאס האלס ווענדעט זיך אין די אקטן פון דער אינדיווידואלער מענטש צום גוטן אדער צום שלעכטן.

אין ראש השנה ווערט די בעפעלקערונג איינגעטיילט אין דריי טיילן:

  1. "צדיקים" (רעכטפארטיגע) - אזעלכע וואס זייערע מצוות זענען מער ווי זייערע עבירות. די ווערן גלייך פארשריבן אין דעם "בוך פון לעבן" (ספר החיים) צום לעבן.
  2. "בינונים" (מיטלגאטונגע) - אזעלכע וואס זייערע גוטע און נישט גוטע אקטן זענען גלייך אויף גלייך. די גיבט מען צייט ביז יום כיפור צו פארמערן די גוטע אקטן דורך פראקטיצירן וואס מער פון זיי און זיך דערווייטערן פון נישט גוטע אקטן, און דורך "תשובה" וואס ווערט געמאכט לויט די פארשריפטן פון די תורה און חז"ל מעקט מען אויס די נישט גוטע אקטן ווי זיי וואלטן קיינמאל עקזיסטירט.
  3. "רשעים" (בייזוויליגע) - אזעלכע וואס זייערע נישט גוטע אקטן זענען מער פון זייערע גוטע אקטן. די ווערן באלד פארשריבן אין דעם "בוך פון פארשטארבענע" (ספר המתים).

וויבאלד דער מענטש ווייסט דאך נישט צו וועלכער גרופע ער באלאנגט, כדי ער זאל חלילה נישט פארשריבן ווערן אין דעם "בוך פון פארשטארבענע" (אין פאל ער איז א בינוני און האט נישט מצליח געווען צו ברענגן זיינע רעכטפארטיגע אקטן צו איבערוועגן די שולדען) טוען די גלויביגע אידן פארמערן מיט "תשובה" צו אפמעקן וואס מער פון די בייזוויליגע אקטן.

תפילה

מען זאגט ספעציעלע סליחות (איבער בעטונג'ס געבעטן) אין די פארטאגס שטונדן פון די וואכן טאג פון עשרת ימי תשובה.

ביי (שחרית, מנחה און מעריב) לייגט מען אויך צו ספעציעלע געבעטן ווי אבינו מלכנו און זכרנו לחיים.

תהלים ווערט אויך געזאגט פיל מער ווי אין דורכשניטליכע טעג.

צדקה

עס איז זעהר איינגעפירט צו פארמערן מיט צדקה, סיי דורך זאמלען, סיי דורך ביישטייערן, אין די וואכן טאג פון עשרת ימי תשובה, באזירט אויף פערשידענע פסוקים ווי "חטאיך בצדקה פרוק" (דיינע זינד מיט צדקה לייז אויס) און "צדקה תציל ממות" (צדקה וועט ראטעווען פון טויט).

ספעציעלע הלכות און מנהגים

איבער די טעג זענען דא פארשידענע הלכות און מנהגים, פאלגענד איז א רשימה.

כפרות

עיקר ארטיקל: כפרות

אין די טעג צווישן ראש השנה און יום כיפור נעמט מען א בעל חי, אדער געלט, און מען דרייט זי ארום העכער דעם קאפ דריי מאל זאגענדיג א געבעט וואס הויבט זיך אן מיט די ווערטער: "זה חליפתי, זה כפרתי" (בעדייט: דאס איז מיין אויסטויש, דאס איז מיין פערצייאונג).

א טייל פירן זיך צו מאכן די מנהג ערב יום כיפור דווקא.

פת פלטר

אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אין די טעג פון "עשרת ימי תשובה" זאל מען מער אין אכט נעמען פערשידענע חומרות ווי א גאנץ יאר, ווי צום ביישפיל: אפילו די וואס א גאנץ יאר עסן זיי "פת פלטר" אדער ווי מען רופט דאס היינט "פת עכו"ם", זאלען אין די טעג נישט עסן דאס.

קברי צדיקים

עס איז זעהר איינגעפירט אז אין די טעג גייט מען אויף קברים פון צדיקים זיך אויסבעטן א גוט יאר אין דעם זכות פון די צדיקים.

אנטשולדיגן

אין די טעג פון "עשרת ימי תשובה" איז איינגעפירט זיך צו אנטשולדיגן איינער פארן צווייטן אויף בייזוויליגע אקטן וואס זענען פראקטיצירט געווארן פון איינעם געגן צווייטן דורך אויס דעם פערגאנגענהייט, די דאזיגע אקט ווערט אנגערופן זיך "איבערבעטן".

שבת שובה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!