אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת ראש השנה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אנהייב)
 
(←‏ארט אין סדר מועד: פארברייטערט)
שורה 4: שורה 4:


==ארט אין סדר מועד==
==ארט אין סדר מועד==
דער [[רמב"ם]] ערקלערט{{הערה|[[פירוש המשניות פונעם רמב"ם|פירוש המשניות]], הקדמה}}, אז נאך די הלכות פון [[שבת]] און אנדערע ימים טובים ([[פסח]], [[יום כיפור]], [[סוכות]], און [[שבועות]] וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב), וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז נאך פארבליבן איין יום טוב וואס שטייט ארויס אין די תורה - ראש השנה; און דערפאר קומט די מסכתא נאך [[מסכת ביצה]] וואס רעדט זיך פון די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב. דער סדר ווערט אויך דערמאנט אין אגרת רב שרירא גאון{{הערה|אויך פון {{בבלי|ראש השנה|ד|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=פז"ר קש"ב}} זעט מען אז מסכת ראש השנה קומט שפעטער ווי די מסכתות יומא און סוכה.}}.
אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז אבער געטוישט דער סדר, און מסכת ראש השנה איז געשטעלט אלס די פינפטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן [[מסכת שקלים]]{{הערה|א מסכתא פון [[תלמוד ירושלמי]] וואס איז אריינגעדרוקט צווישן די מסכתות פון תלמוד בבלי, וואו עס פעלט די מסכתא.}} און [[מסכת יומא]]. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער{{הערה|[http://daf-yomi.com/Data/UploadedFiles/DY_Item/24513-sFile.pdf הקדמה למסכת יומא], [[עלון שבת]] פון [[מאורות הדף היומי]].}}.
[[רבי מנחם המאירי]] דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע מסכת ראש השנה איז געווען די ערשטע פון די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים, אויסקומענדיג צווישן [[מסכת מועד קטן]] און מסכת יומא{{הערה|בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת ראש השנה}}.


==פרקים און אינהאלט==
==פרקים און אינהאלט==

רעוויזיע פון 09:01, 15 סעפטעמבער 2023

מסכת רֹאשׁ הַשָּׁנָה איז די אכטע מסכתא[1] אין סדר מועד, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט דעם יום טוב ראש השנה, אנהייבנדיג מיט די הלכות פונעם אידישער יאר בכלל און קידוש החודש. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פיר פרקים, וואס אין זיי 35 משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 34 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר מועד

דער רמב"ם ערקלערט[2], אז נאך די הלכות פון שבת און אנדערע ימים טובים (פסח, יום כיפור, סוכות, און שבועות וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב), וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז נאך פארבליבן איין יום טוב וואס שטייט ארויס אין די תורה - ראש השנה; און דערפאר קומט די מסכתא נאך מסכת ביצה וואס רעדט זיך פון די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב. דער סדר ווערט אויך דערמאנט אין אגרת רב שרירא גאון[3].

אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז אבער געטוישט דער סדר, און מסכת ראש השנה איז געשטעלט אלס די פינפטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן מסכת שקלים[4] און מסכת יומא. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער[5].

רבי מנחם המאירי דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע מסכת ראש השנה איז געווען די ערשטע פון די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים, אויסקומענדיג צווישן מסכת מועד קטן און מסכת יומא[6].

פרקים און אינהאלט

תלמוד בבלי

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער
  2. פירוש המשניות, הקדמה
  3. אויך פון רש"י, ראש השנה ד, ב, ד"ה פז"ר קש"ב זעט מען אז מסכת ראש השנה קומט שפעטער ווי די מסכתות יומא און סוכה.
  4. א מסכתא פון תלמוד ירושלמי וואס איז אריינגעדרוקט צווישן די מסכתות פון תלמוד בבלי, וואו עס פעלט די מסכתא.
  5. הקדמה למסכת יומא, עלון שבת פון מאורות הדף היומי.
  6. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת ראש השנה


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען