אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דינסטאג"
(←נאמען: פארברייטערט) |
(←אין אידישקייט: פארברייטערט (אנהייב)) |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
==אין אידישקייט== | ==אין אידישקייט== | ||
ווי פארציילט אין אנהייב [[ספר בראשית]], האט השי"ת אין דעם טאג איינגעזאמלט די וואסערן אין [[ים|ימ'ען]] צו אנטפלעקן די יבשה, און באשאפן די [[פלאנץ|געוויקסן]]: | |||
{{ציטוט||תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ, אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַתּוֹצֵא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, לְמִינֵהוּ, וְעֵץ עֹשֶׂה-פְּרִי אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|ט|יג}}|מרכאות=כן}} | |||
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים פ"ב|אלקים נצב בעדת א-ל]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אויפגעדעקט די ערד אויף וועלכע זיין געמיינדע זאל קענען שטיין{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}. | |||
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[מדבר]]יות, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | |||
==אין אלגעמיינע קולטורן== | ==אין אלגעמיינע קולטורן== |
רעוויזיע פון 15:58, 10 סעפטעמבער 2023
דינסטאג איז דער דריטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער צווייטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; דינסטאג איז אלזא דער פערטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג דריי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט מאדים[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מארס" (לאטייניש: dies Martis).
מאדים איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט Tiw, זייער אפגאט פון מלחמה און געזעץ. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן. אויך "דינסטאג" נעמט זיך ווארשיינליך פון Thinxus, איינע פון די נעמען פון דעם מלחמה-אפגאט. לויט אן אנדערע נעמט זיך עס פון די גערמאנישע "דינג" (ענ'), א געזעץ קאונסיל[2].
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג איינגעזאמלט די וואסערן אין ימ'ען צו אנטפלעקן די יבשה, און באשאפן די געוויקסן:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל-מָקוֹם אֶחָד, וְתֵרָאֶה, הַיַּבָּשָׁה; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ, וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תַּדְשֵׁא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, עֵץ פְּרִי עֹשֶׂה פְּרִי לְמִינוֹ, אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַתּוֹצֵא הָאָרֶץ דֶּשֶׁא עֵשֶׂב מַזְרִיעַ זֶרַע, לְמִינֵהוּ, וְעֵץ עֹשֶׂה-פְּרִי אֲשֶׁר זַרְעוֹ-בוֹ, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שְׁלִישִׁי.
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל אלקים נצב בעדת א-ל[3], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אויפגעדעקט די ערד אויף וועלכע זיין געמיינדע זאל קענען שטיין[4]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[5].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די מדבריות, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק[6].
אין אלגעמיינע קולטורן
רעפערענצן
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|