אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנטאג"
(←אין אלגעמיינע קולטורן: צוגעלייגט מקור) |
(←אין אידישקייט: פארברייטערט (אנהייב)) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
{{ציטוט|תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין [[מים העליונים|הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ]]; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שֵׁנִי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|ו|ח}}|מירכאות=כן}} | {{ציטוט|תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין [[מים העליונים|הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ]]; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שֵׁנִי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|ו|ח}}|מירכאות=כן}} | ||
דאס איז די איינציגסטע טאג וואו עס שטייט נישט "כי טוב". פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן דערויף. לויט [[חז"ל]] זענען באשאפן געווארן אין דעם טאג אויך די [[מלאך|מלאכים]]{{הערה|איין דעה אין {{מדרש רבה|בראשית|ג|ח}}; לויט די אנדערע דעה זענען זיי באשאפן געווארן [[דאנערשטאג]].}}, און דער פייער פון [[גיהנום]]{{הערה|{{בבלי|פסחים|נד|א}}}}. | |||
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים מ"ח|גדול ה' ומהולל מאוד]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אפגעטיילט צווישן זיינע ווערק און געשטעלט טייל פון זיי העכער ווי אנדערע{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}. | בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים מ"ח|גדול ה' ומהולל מאוד]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אפגעטיילט צווישן זיינע ווערק און געשטעלט טייל פון זיי העכער ווי אנדערע{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}. | ||
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[ים|ימים]], אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די [[ים|ימים]], אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | ||
מען פירט זיך צו [[קריאת התורה|ליינען אין דער תורה]] יעדן מאנטאג און [[דאנערשטאג]] ביי שחרית, כדי עס זאל נישט אריבערגיין דריי טעג פון וואך אן [[תורה]]{{הערה|{{רמב"ם|תפלה|יב|א}}}}. דאס איז איינגעפירט געווארן דורך [[משה רבינו]]{{הערה|{{רמב"ם|תפלה|יב|א}}; ספר הפרדס, מהדורת עהרענרייך עמוד של"ח.}}, אדער דורך [[עזרא|עזרא הסופר]]{{הערה|{{ירושלמי|מגילה|ד|א}}; [[מסכת סופרים]], פרק עשירי.}}. מען האט באשטימט דווקא מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די [[לוחות הברית|צווייטע לוחות]] אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג, און די טעג זענען דעריבער ימי רצון{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פב|א|מפרש=תוספות|ד"ה=כדי}}; לבוש, אורח חיים סימן קל"ד סעיף א'.}}. | |||
עזרא הסופר האט איינגעפירט אז [[בית דין]] זאל זיצן און משפט'ן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג{{הערה|{{בבלי|כתובות|ג|א}}}}, ווייל אידן פון די דערפער קומען דאן אריין צו די שטעט פאר קריאת התורה{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|פב|א}}}}, אדער ווייל די [[ספר תורה]] איז שוין גרייט אין פאל וואס מען דארף איינעם [[שבועה|באשווערן]]{{הערה|{{טור|חושן משפט|א}}, בשם [[רב האי גאון]]}}. בזמן הזה גייט נישט אן די תקנה, און יעדע טאג פון וואך קען ווערן באשטימט פאר ישיבת בית דין{{הערה|{{טור|חושן משפט|א}}}}. | |||
ווען [[פורים]] געפאלט אין איינע פון די אנדערע טעג פון וואך, האבן די חכמים געגעבן רשות פאר די אידן פון די דערפער צו [[מגילה ליינען|ליינען]] די [[מגילת אסתר|מגילה]] דעם מאנטאג אדער דאנערשטאג בעפאר [[י"ד אדר]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|ב|א}}}}. דאס גייט נישט אן בזמן הזה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תרפח}}}}. | |||
אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], [[לא אד"ו ראש#לא בד"ו פסח|קען זיך פסח נישט אנהייבן]] אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און [[ראש השנה]] וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך{{הערה|{{היברובוקס|רב יהודאי גאון|הלכות פסוקות|31930|הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א|עמוד=215}}}}. | אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], [[לא אד"ו ראש#לא בד"ו פסח|קען זיך פסח נישט אנהייבן]] אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און [[ראש השנה]] וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך{{הערה|{{היברובוקס|רב יהודאי גאון|הלכות פסוקות|31930|הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א|עמוד=215}}}}. |
רעוויזיע פון 14:23, 7 סעפטעמבער 2023
מאנטאג איז דער צווייטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
דער טאג הייבט אן דער וואך פון ארבעט אין דער מערב וועלט, וואו זונטאג איז א רוה טאג. אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס דעריבער פאררעכנט אלס דער ערשטער טאג פון וואך, נאכפאלגנדיג דעם וויקענד.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; מאנטאג איז אלזא דער דריטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג צוויי".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער צווייטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט די לבנה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון לבנה" (לאטייניש: dies Lunae). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג 'מאָן-טאג' אויף זייער שפראך[2].
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די רקיע און אפגעטיילט צווישן די וואסערן:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם שֵׁנִי.
דאס איז די איינציגסטע טאג וואו עס שטייט נישט "כי טוב". פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן דערויף. לויט חז"ל זענען באשאפן געווארן אין דעם טאג אויך די מלאכים[3], און דער פייער פון גיהנום[4].
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל גדול ה' ומהולל מאוד[5], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט אפגעטיילט צווישן זיינע ווערק און געשטעלט טייל פון זיי העכער ווי אנדערע[6]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[7].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן פאסטן אין דעם טאג אויף די וואס רייזן איבער די ימים, אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין אומגליק[8].
מען פירט זיך צו ליינען אין דער תורה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ביי שחרית, כדי עס זאל נישט אריבערגיין דריי טעג פון וואך אן תורה[9]. דאס איז איינגעפירט געווארן דורך משה רבינו[10], אדער דורך עזרא הסופר[11]. מען האט באשטימט דווקא מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די צווייטע לוחות אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג, און די טעג זענען דעריבער ימי רצון[12].
עזרא הסופר האט איינגעפירט אז בית דין זאל זיצן און משפט'ן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג[13], ווייל אידן פון די דערפער קומען דאן אריין צו די שטעט פאר קריאת התורה[14], אדער ווייל די ספר תורה איז שוין גרייט אין פאל וואס מען דארף איינעם באשווערן[15]. בזמן הזה גייט נישט אן די תקנה, און יעדע טאג פון וואך קען ווערן באשטימט פאר ישיבת בית דין[16].
ווען פורים געפאלט אין איינע פון די אנדערע טעג פון וואך, האבן די חכמים געגעבן רשות פאר די אידן פון די דערפער צו ליינען די מגילה דעם מאנטאג אדער דאנערשטאג בעפאר י"ד אדר[17]. דאס גייט נישט אן בזמן הזה[18].
אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך פסח נישט אנהייבן אין א מאנטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און ראש השנה וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין מיטוואך[19].
אין אלגעמיינע קולטורן
אין פארשידענע פאלקסישע גלויבונגען, בעיקר אין אייראפע, איז די לבנה וואס איז פארבינדן צו דעם טאג א סימבאל פון סכנה און מיסטעריע. מאנטאג איז דעריבער געווען באטראכט ווי א אומ'מזל'דיגע טאג.
א צאל פאפולערע לידער אין מערב וועלט קולטור באצייכענען מאנטאג אלס א טאג פון דעפרעסיע, אנגעצויגנקייט, אפאטיע, היסטעריע אדער מעלאנכאליע; הויפטזעכליך צוליב אסאסיאציע מיט דער ארבעט-וואך וואס עס הייבט אן[20].
לויט פארשונגען דורכגעפירט אין די פאראייניגטע קעניגרייך, טוען מער מענטשן באגיין זעלבסטמארד אין מאנטאג ווי אין אנדערע טעג פון וואך[21]; מער מענטשן ווערן אריינגעטראגן אין שפיטאל מיט ערנסטע הארץ אטאקעס[22]; מער מענטשן רופן אריין צו זייער ארבעטס פלאץ צו מעלדן אז זיי זענען קראנק און קענען נישט קומען[23]; און מער מענטשן איבער דער וועלט פארברענגען צייט אויף דער געוועב[24]. "Mondayitis" איז א האלב-ערנסטע טערמין צו באצייכענען דעם ערשיינונג פון פיזישע אדער גייסטישע שוואכקייט אין מאנטאג[25].
די גינעס וועלט רעקארדס האט געמאלדן אויף טוויטער אז מאנטאג באקומט אפיציעל דעם רעקארד פון "ערגסטע טאג פון דער וואך"[26].
אסאך מוזעאומען זענען פארמאכט אין מאנטאג, א טראדיציע וואס האט זיך געשאפן כדי נישט צו פארשפארן דורכאויס דעם וויקענד, וועלכע זענען די טעג מיט די מערסטע באזוכער[27].
עטליכע ציווילע האלידעיס אין די פאראייניגטע שטאטן, ווי לעיבאר דעי, מעמאריעל דעי און קאלומבוס דעי, געפאלן אלעמאל אויס אין א מאנטאג.
רעפערענצן
- ↑ זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
- ↑ "monday". Online Etymology Dictionary.
- ↑ איין דעה אין בראשית רבה, פרשה ג', פסקה ח'; לויט די אנדערע דעה זענען זיי באשאפן געווארן דאנערשטאג.
- ↑ פסחים נד, א
- ↑ משנה, תמיד ז, ד
- ↑ ראש השנה לא, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן קל"ג
- ↑ תענית כז, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה א'; ספר הפרדס, מהדורת עהרענרייך עמוד של"ח.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק ד', הלכה א'; מסכת סופרים, פרק עשירי.
- ↑ תוספות, בבא קמא פב, א, ד"ה כדי; לבוש, אורח חיים סימן קל"ד סעיף א'.
- ↑ כתובות ג, א
- ↑ בבא קמא פב, א
- ↑ טור, חושן משפט, סימן א', בשם רב האי גאון
- ↑ טור, חושן משפט, סימן א'
- ↑ מגילה ב, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תרפ"ח
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רב יהודאי גאון, הלכות פסוקות, הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א - ↑ Monday: the Moon’s Day. Time and Date.
- ↑ Carvel, John (26 August 2005). "Monday is most common day for suicide", The Guardian (London).
- ↑ Why are serious heart attacks more likely on a Monday?. British Heart Foundation.
- ↑ "Monday is 'the most popular sick day'". The Economic Times. 11 November 2009.
- ↑ "OneStat Website Statistics and website metrics – Press Room". Onestat.com. 9 April 2003. Retrieved 30 April 2013.
- ↑ Mondayitis. The Medical Journal of Australia.
- ↑ "Guiness World Records: "we're officially giving monday the record of the worst day of the week."". Twitter (in ענגליש). Retrieved 2022-10-21.
- ↑ Why Most Museums Are Closed On Mondays. Museum Of African American History And Culture.
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|