אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שופר בלאזן"

4,039 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 57: שורה 57:
===אפאר מנהגים ביי די תקיעות פון מוסף===
===אפאר מנהגים ביי די תקיעות פון מוסף===
* דער [[רמב"ם]]{{הערה|{{רמב"ם|שופר וסוכה ולולב|ג|י|ספר=זמנים}}}} שרייבט אז צולייב טירחא דציבורא בלאזט מען ביי מוסף נאר צען קולות - נאך מלכויות בלאזט מען תשר"ת, און נאך זכרונות בלאזט מען תש"ת, און נאך שופרות תר"ת, איז מיט די זיצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 40 קולות (עס איז דא נאך [[ראשונים]] וואס האלטן ווי דער רמב"ם).
* דער [[רמב"ם]]{{הערה|{{רמב"ם|שופר וסוכה ולולב|ג|י|ספר=זמנים}}}} שרייבט אז צולייב טירחא דציבורא בלאזט מען ביי מוסף נאר צען קולות - נאך מלכויות בלאזט מען תשר"ת, און נאך זכרונות בלאזט מען תש"ת, און נאך שופרות תר"ת, איז מיט די זיצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 40 קולות (עס איז דא נאך [[ראשונים]] וואס האלטן ווי דער רמב"ם).
* [[רבינו תם]] און אנדערע ראשונים האבן געהייסן, אז מען דארף בלאזן ביי מוסף 12 קולות דאס הייסט תשר" נאך יעדן ברכה און צוזאמען מיט די זצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 42 קולות. דער מנהג איז געפסקנט להלכה אין [[רמ"א]].{{הערה|שם=שועתקצב|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תקצב|א}}}}
לויט די ערשטע דעה אין [[שולחן ערוך]],{{הערה|שם=שועתקצב}} בלאזט מען ביי מוסף אזוי ווי שיטת הרמב"ם. און לויט די צוויטע דעה בלאזט מען נאך מלכויות דריי מאל תשר"ת, און נאך זכרונות דריי מאל תש"ת, און נאך שופרות דריי מאל תר"ת.{{הערה|שם=שועתקצב}} אבער דער [[ערוך השולחן]]  שרייבט אז עס איז א גרייז און די כוונה איז אז נאך יעדן ברכה בלאזט מען תשר"ת תש"ת תר"ת.{{הערה|{{HebrewBooks|הרב יחיאל מיכל הלוי אפשטיין|ערוך השלחן, אורח חיים תקצ"ב, סעיף ג'|9102|עמוד=306}}}} און אין רוב פלעצער היינט פירט מען זאך אזוי, חוץ פון ביי די תימנים און ביי קהילות פון אשכנז וואס פירן זיך ווי דער רמב"ם, און א טייל פון די ספרדים וואס פירן זיך ווי עס שטייט בפשטות ביים צוויטן דעה אין שולחן ערוך, און ביי קהילת וויען אין ירושלים (און עפשער ביי נאך פלעצער) פירט מען זיך ווי דער רבינו תם און דער רמ"א.
ביי די [[חסידים]] וואס דאווענען [[נוסח ספרד]] און ביי רוב קהילות פון די ספרדים פירט מען זיך צו בלאזן 30 קולות ביי שמונה עשרה, אזוי ווי מען בלאזט ביי חזרת הש"ץ. לויט דעם מנהג בלאזט מען 30 קולות פאר מוסף, 30 קולותביים שטילן שמונה עשרה, און 30 קולות ביים חזרת הש"ץ. און מנהג אשכנז און איטליה און אזוי פירן זיך די ספרדים פון מערב זייט פון [[אירופה]] איז צו נישט בלאזן ביי שמונה עשרה.
אין רוב קהילות פירט מען זיך צו משלים זיין די נומער קולות צו הונדערט על ידי וואס מען בלאזט נאך חזרת הש"ץ (בדרך כלל אינמיטן [[קדיש]]) נאך 10, 40, אדער 60 קולות (לויט וויפל מען בלאזט ביי מוסף). די נומער איז מכוון צו די נומער יבבות פון די מאמע פון [[סיסרא]] לויט ווי עס איז מקובל.{{הערה|[[הערוך]] ערך ערב, עס ווערט געבריינגט אין [[ארבעה טורים|טור]] [[אורח חיים]] סימן תקצ"ב.}}
ביי די אידן פון [[ספרד]] און [[תימן]] פירט מען זיך צו בלאזן נאך דעם דאווענען א לאנגע תרועה וואס ווערט אנגערופן '''תרועה גדולה'''{{הערה|סדר רב עמרם גאון עס ווערט געבריינגט אין {{בבלי|ראש השנה|לג|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=שיעור תרועה}}}}. און מיט דעם בלאזן זיי 101 קולות. די חסידים פון [[חב"ד]] פירן זיך אז מען בלאזט נאך מוסף נאך 40 קולות אפילו זיי בלאזן אויך ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי 130 קולות. און די ספרדים פון מערב זייט פון [[אירופה]] פירן זיך צו בלאזן נאך מוסף נאר 10 קולות אפילו זיי בלאזן נישט ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי נאר 71 קולות.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
אספקלריה רעדאקטארן
3,079

רעדאגירונגען