אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל ניסן ראזנבוים"
ק (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]" ב־"ריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]]") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:נאדווארנא]]" ב־"ריע:נאדווארנא|װ]]") |
||
שורה 54: | שורה 54: | ||
{{DEFAULTSORT: ראזנבוים, ישראל ניסן}} | {{DEFAULTSORT: ראזנבוים, ישראל ניסן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נאדווארנא]] | [[קאַטעגאָריע:נאדווארנא|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:רבי ישראל ניסן רוזנבוים]] | [[he:רבי ישראל ניסן רוזנבוים]] |
רעוויזיע פון 18:51, 27 אויגוסט 2023
געבורט |
כ"ד ניסן ה'תש"ט רחובות | ||
---|---|---|---|
טעטיגקייט אָרט | קרית גת | ||
דינאסטיע | קרעטשענעוו | ||
קינדער |
נחמה גיטל רבקה לאווי דוד משה ראזנבוים מלכה שרה ראזנבוים יחזקאל שרגא ראזנבוים פייגא זייבאלד חיה אסתר רחל קאהן שפרה ברכה טווערסקי חיים מרדכי ראזנבוים חוה ביילא ווייס שלום אליעזר ראזנבוים | ||
|
רבי ישראל ניסן ראזנבוים (כ"ד ניסן ה'תש"ט–ט"ז מרחשון תש"פ) איז געווען דער קרעטשענעוו-קרית גת'ער רבי.
לעבנסגעשיכטע
רבי ישראל ניסן איז געבוירן געווארן אין רחובות, צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא. ער איז א צווילינג ברודער פונעם קרעטשענעווער רבי פון רחובות, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים.
א שטיקל צייט נאך זיין חתונה מיט מרת יוטל מירל, טאכטער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ אין יאר ה'תשכ"ט, איז זיין פאטער דער רבי פלוצלונג נפטר געווארן ווען ער האט פארוויילט אויף א רייזע אויף קברי צדיקים אין רומעניע.
שפעטער איז ער אריבערגעצויגן וואוינען אין קרית גת, דארט וואו איז ער באקרוינט געווארן רבי. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און א חסידישע קריה אונטערן נאמען "רמת דוד" אין געדענק פון זיין פאטער. זיינע מוסדות רעכענען אריין אין זיך אויסער דעם בית מדרש, תלמוד תורה, קינדערגארטן און א כולל פאר יונגעלייט. זיין געמיינדע באשטייט פון צענדליגע משפחות.
קינדער
- מרת נחמה גיטל רבקה, ווייב פון רבי יחזקאל שרגא לאווי, אייניקל פון הרה"ק רבי משולם פייש לאווי, דער פריערדיגער טאהשער רבי.
- רבי דוד משה ראזענבוים, האט געהייראט מרת בת שבע, טאכטער פון רבי עקיבא ראבינאוויטש, דער פאריסאווער רבי.
- מרת מלכה שרה, ווייב פון איר שוועסטער קינד רבי חיים מרדכי ראזנבוים ראש ישיבת קרעטשניף, זון פון איר פעטער מנחם אליעזר זאב פון קרעטשענעוו .
- רבי יחזקאל שרגא, האט געהייראט מרת רבקה מרים, טאכטער פון רבי אריה ראזנפעלד, דער פינסק-קארלינער רבי.
- מרת פייגא, ווייב פון הרב שלמה צדוק זייבאלד, א זון פון רבי יהושע, גאב"ד אלדשטאט.
- מרת חיה אסתר רחל, ווייב פון רבי מרדכי קאהן, זון פון רבי משה קאהן, דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן.
- מרת שפרה ברכה, ווייב פון רבי יוחנן טווערסקי, זון פון רבי מתתיהו, רב פון רחמיסטריווקא חסידים אין ביתר עילית.
- רבי חיים מרדכי, איידעם פון רבי דוד קאהן, דער תולדות אהרן רבי.
- מרת חוה ביילא, ווייב פון הרב צבי, זון פון רבי בערל ווייס, איידעם פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער פריערדיגער צאנז-קלויזנבורגער רבי.
- רבי שלום אליעזר, איידעם פון רבי דוד צבי שלמה האראנטשיק, דער פריערדיגער רבי פון ראדאשיץ, און איידעם פון רבי אברהם חיים ראטה, דער פריערדיגער שומרי אמונים רבי.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!