אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הרוגי מלכות פונעם ראטנפארבאנד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022

די נאכט פון 12טן- 13טן אויגוסט 1952 האט מען הינגעריכט, אויפן באפעל פון סטאלין, דרייצן אנגעזעענע יידיש־שרייבער פון סאוועטן פארבאנד. צווישן די הרוגי מלכות האבן זיך געפונען שלמה לאזאווסקי, פרץ מארקיש, לעאן טאלמי, לייב קוויטקא, טשײַקע וואטענבערג-אָסטראָווסקאיא, עמיליע טעומין, בנימין זוסקין, איליא וואטענבערג, יוסף באריס שימעלאוויטש, יוסף יוזעפאוויטש, דוד האפשטיין, איציק פעפער און דוד בערגעלסאן. אויף רוסיש הייסט די נאכט Ночь казнённых поэтов, די נאכט פון די הינגעריכטע דיכטער.

חוץ די דאזיקע שרייבערס, וואס מע האט כלומערשט "געמישפט" אויף א צענטארלן פראצעס, זיינען דערצו נאך ארעסטירט געווארן סך-הכל 110 מענטשן. "צען פון זיי האט מען דערשאסן, 89 געשמאכט אין "גולאג", איין מענטש איז פארשיקט געווארן צו די ווייסע בערן. פינעף מענטשן -- אזעלכע ווי דער ליטעראטור-קענער יצחק נוסינאוו און און דער שפראכקענער עלי ספיוואק -- האבן ניט אויסגעהאלטן די פייניקונגען און געשטארבן אין תפיסות. פינעף מענטשן האט מען ניט באוויזן צי פארמישפטן (צווישן זיי איז געווען דער פראזאיקער עלי שעכטמאן), און זייי האט מען ארויסגעלאזט אין קורצן נאך סטאלינס טויט." (ג. עסטרייך, פארווערטס, 13טן אויגוסט, 2004).

אנגעהויבן האבן זיך די סאוועטישע רדיפות אויף יידיש-שרייבערס און קולטור-טוערס נאך אין די 30ער און 40ער יארן ווי א טיייל פון דער "ליקווידאציע" פון דער יידיש-קולטור אין פארבאנד בכלל. די גזירה פון 12טן אויגוסט האט זיך גענומען דערפון, וואס די סאוועטישע רעגירונג האט געהאלטן די שרייבערס פאר צו "נאציאנאליסטיש", ד"ה צו יידישלעך.

ביכער

  • the night of the murdered poets, National Conference on Soviet Jewry, 1973
  • אלעקסאנדער פאמעראנץ, די סאָוועטישע הרוגי מלכות, (צו זייער צענטן יאָרצייט), וועגן דעם טראַגישן גורל פון די יידישע שרייבערס און דער יידישער ליטעראַטור אין סאָוועטנלאַנד, עסייען - קריטיק - בריוו - ביאגראפיעס - בילדער, ייווא, בוענאס איירעס, ה'תשכ"ב.

וועבלינקען