אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט)
(פארברייטערט)
שורה 24: שורה 24:


דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קיץ", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חום", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}.
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קיץ", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חום", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}.
== דינים און מנהגים ==
{{להשלים|נושא=אידישקייט}}
== מועדים וזמנים ==
* '''[[ניין טעג]]''' – די לעצטע טעג פון [[בין המצרים]], ווען מען פארמערט מיט די אבילות נאכן חורבן בית המקדש
* '''[[שבת חזון]]''' – דער שבת בעפאר תשעה באב, וואס ווערט אויך געפירט מיט מנהגי אבילות אין טייל קהילות
* '''[[תשעה באב]]''' – א טאג פון [[תענית]] און [[אבל]]ות נאכן [[חורבן בית המקדש]] און פארשידענע אנדערע צרות אין [[גלות]]
* '''[[שבת נחמו]]''' – דער שבת נאך תשעה באב, וואס ווערט געפירט מיט א באזונדערע שמחה און טרייסט
* '''[[חמשה עשר באב]]''' – א [[יום טוב]] אין די צייטן פון [[בית המקדש]]


==נאטיצן==
==נאטיצן==

רעוויזיע פון 10:23, 6 יולי 2023

►► אב ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

אָב איז דער עלפטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש אב פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן יולי-אויגוסט אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין דער סעזאן פון זומער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון ווינטער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש שבט אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אב אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש אב באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' אב[1]. חודש אב קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אב, אז מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס דער תענית פון תשעה באב[3]. עס איז א מחלוקת הראשונים צי די שליחים זענען ארויס אויך אין די צייטן וואס דער בית שני איז געשטאנען[4], אדער מען האט דאן נישט געפאסט אין תשעה באב[5].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש החמישי"[6]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אב" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ʾAbū[7]. עס ווערט שפעקולירט אז די עטימאלאגיע דערפון נעמט זיך פונעם טערמין פאר צווייגלעך און שטעקעלעך, זייענדיג דער מאנאט ווען זיי זענען געשניטן געווארן פאר פארשידענע געברויכן[א], אדער נעמט זיך עס פון פייער, צוליב די היץ וואס הערשט אין דעם חודש[7]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[9].

"אַבּ" איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון אויגוסט אין פילע לענדער אין מיטל מזרח.

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל פון דעם חודש איז מזל אריה[10], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ב]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל בתולה דער מזל פון חודש אב.

לויט דער זוהר, איז חודש אב קעגן שבט יששכר[12]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט שמעון[13], אדער קעגן שבט אשר[14], אדער קעגן שבט גד[15].

חודש אב איז קעגן דעם אות ט[10].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז הוי"ה[16], וואס גייט ארויס פון פסוק הַסְכֵּת וּשְׁמַע יִשְׂרָאֵל הַיּוֹם”[17].

דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קיץ", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חום", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[18] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[19].

דינים און מנהגים

מועדים וזמנים

נאטיצן

  1. אויך אין בית המקדש, האט חודש אב באצייכנט די ענדע פון די צייט ווען מען האט געשניטן די העלצער פאר דעם מזבח[8].
  2. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[11].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. פירוש המשניות להרמב"ם, ראש השנה א, ג
  5. תשב"ץ, חלק ב' סימן רע"א
  6. במדבר לג, לח; מלכים ב' כה, ח
  7. 7.0 7.1 W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
  8. בבא בתרא קכא, א
  9. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  10. 10.0 10.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"א
  11. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  12. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך קידוש ירחים לחודש אב פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער שלכת; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  13. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר; רסיסי לילה אות ל"ט
  14. פירוש הראב"ד אויף ספר יצירה; פרי צדיק פרשת דברים לט"ו באב, לגירסת הגאונים
  15. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  16. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  17. דברים כז, טִ
  18. בראשית ח, כב
  19. בבא מציעא קו, ב


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען