אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נסכים"
אין תקציר עריכה |
משתתף (שמועס | ביישטייערונגען) (←דער מאס פון די נסכים: פארברייטערט) |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
דער מאס פון די נסכים טיילט זיך לויט די פארשידענע סארטן בהמות פון וועלכע מען ברענגט דעם קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון שאף און ציגן דארף מען ברענגען איין [[עשרון]] זעמל מעל, א פערטל [[הין]] אויל, און א פערטל הין וויין; פאר א ווידער ברענגט מען צוויי עשרונים זעמל מעל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין; פאר שטירן און קעלבלעך איז דער שיעור דריי עשרונים זעמל מעל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|טו}}}}. | דער מאס פון די נסכים טיילט זיך לויט די פארשידענע סארטן בהמות פון וועלכע מען ברענגט דעם קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון שאף און ציגן דארף מען ברענגען איין [[עשרון]] זעמל מעל, א פערטל [[הין]] אויל, און א פערטל הין וויין; פאר א ווידער ברענגט מען צוויי עשרונים זעמל מעל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין; פאר שטירן און קעלבלעך איז דער שיעור דריי עשרונים זעמל מעל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|טו}}}}. | ||
איין אויסנאם איז דא, דאס איז דער מנחה פונעם [[מנחת העומר]], וואס כאטש עס קומט פון שאף דארף עס האבן צוויי עשרונים זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין{{הערה|{{רמב"ם|מעשה הקרבנות|ב|ה|מפרש=ראב"ד}}; {{בבלי|מנחות|פט|ב|מפרש=רש"י}}}}. לויט איין שיטה האט עס געדארפט האבן א דריטל הין אויל{{הערה|{{רמב"ם|מעשה הקרבנות|ב|ה}}}}. | איין אויסנאם איז דא, דאס איז דער מנחה פונעם [[מנחת העומר]], וואס כאטש עס קומט פון שאף דארף עס האבן צוויי עשרונים זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין{{הערה|{{רמב"ם|מעשה הקרבנות|ב|ה|מפרש=ראב"ד}}; {{בבלי|מנחות|פט|ב|מפרש=רש"י}}}}. לויט איין שיטה האט עס געדארפט האבן א דריטל הין אויל{{הערה|{{רמב"ם|מעשה הקרבנות|ב|ה}} זעט אבער אין [[משנה למלך]] אז ער שרייבט אז עס איז אריינגעפאלן א טעות אינעם רמב"ם, און עס דארף שטיין א פערטל הין אויל}}. | ||
=== די קוואליטעט פון די נסכים === | === די קוואליטעט פון די נסכים === |
רעוויזיע פון 21:27, 20 יוני 2023
נסכים איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים", און טייל מאל ווערט אזוי אנגערופן די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין. די מנחה זעלבסט ווערט צומאל אנגערופן "מנחת נסכים"[1].
באשטאנדטיילן פון די נסכים
די נסכים באשטייט פון צוויי חלקים:
- איין חלק איז דער מנחה וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל אויסגעמישט מיט אויל, דערויף האט מען ארויפגעלייגט זאלץ, און מען האט דאס מקריב געווען אויפן מזבח החיצון. די צדוקים האבן געהאלטן אז די מנחת נסכים ווערט אויפגעגעסן, ווי אנדערע מנחות; דער טאג ווען די חכמים האבן זיי באזיגט און באשטימט אז מען איז עס אינגאנצן מקטיר, איז באשטימט געווארן אלס יום טוב[2].
- דער צווייטער חלק איז געווען די וויין, וואס דאס האט מען געגאסן אין איינס פון די צוויי גאלדענע שיסלען וועלכע זענען געליגן אויפן מזבח, און עס איז גערינען אין די לעכער וואס האבן דערגרייכט די שיתין[3].
אין דעם יום טוב סוכות איז אויך פארהאן ניסוך המים, דאס איז דאס גיסן וואסער אין די גאלדענע שיסלען ביים מקריב זיין דעם קרבן תמיד[4].
דער מאס פון די נסכים
דער מאס פון די נסכים טיילט זיך לויט די פארשידענע סארטן בהמות פון וועלכע מען ברענגט דעם קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון שאף און ציגן דארף מען ברענגען איין עשרון זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין; פאר א ווידער ברענגט מען צוויי עשרונים זעמל מעל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין; פאר שטירן און קעלבלעך איז דער שיעור דריי עשרונים זעמל מעל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין[5].
איין אויסנאם איז דא, דאס איז דער מנחה פונעם מנחת העומר, וואס כאטש עס קומט פון שאף דארף עס האבן צוויי עשרונים זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין[6]. לויט איין שיטה האט עס געדארפט האבן א דריטל הין אויל[7].
די קוואליטעט פון די נסכים
עס איז א מצוה צו ברענגען פון די בעסטע קוואליטעט ווייץ, איילבירטן און טרויבן פאר די נסכים, טראץ דעם וואס פון שוואכערע קוואליטעט איז אויך כשר. אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען זענען געווען דעזיגנירטע פלעצער פון העכסטע שטאפל און צווייטע שטאפל קוואליטעט, פון וואו מען האט גענומען די פראדוקטן פאר די נסכים[8]. עס זענען אויך געווען נאך פארשידענע פארשריפטן צו פארזיכערען אז די באשטאנדטיילן זענען פון העכסטן קוואליטעט[9]. אין בית המקדש איז געווען א ממונה געשטעלט צו קויפן די נסכים און קאנטראלירן זייער קוואליטעט[10]. עס איז געווען אז דער וואס ברענגט דעם קרבן קויפט די נסכים דערצו אין בית המקדש פון יוחנן בן פינחס, דער ממונה אויף די נסכים[11], אבער אויב האט ער עס געברענגט פון זיין היים איז עס כשר און מען פארלאזט זיך אז ער האט עס אפגעהיטן בטהרה[12]. א גוי וואס ברענגט א קרבן עולה ברענגט נישט קיין נסכים, נאר עס ווערט צוגעשטעלט פון די ציבור'ישע קאסע[13].
ווען ברענגט מען נסכים
יעדע קרבן עולה פון א בהמה און יעדע קרבן שלמים, סיי פון א יחיד און סיי פונעם ציבור ווי צום ביישפיל דער קרבן תמיד, דארפן האבן נסכים. אנדערע סארטן קרבנות, אריינגערעכנט עולת העוף, קומען נישט מיט נסכים. א יוצא מן הכלל זענען דער קרבן חטאת און קרבן אשם פון א מצורע, מיט וועלכע ער ברענגט יא נסכים[14].
א מענטש קען מנדב זיין א "מנחת נסכים" אליין אפילו ער ברענגט נישט קיין קרבן, און ער קען זיך דערביי אונטערנעמען סיי וועלכע פון די דריי סארטן מנחות, סיי די מנחה פון שאף, פון ווידער, און פון שטירן און קעלבלעך. אזוי אויך קען א מענטש מנדב זיין בלויז די מאס אויל אדער וויין פון איינע פון די מנחות[15].
די סדר פון מקריב זיין די נסכים
ווען מען ברענגט א קרבן און דערמיט די נסכים, האט מען קודם מקריב געווען די מנחה פון די נסכים און דערנאך האט מען געגאסן די וויין. ווען א מענטש האט מנדב געווען בלויז די נסכים אן קיין קרבן, איז א מחלוקת: די חכמים האלטן אז אויך אין דעם פאל האט מען קודם מקריב געווען די מנחה, ווי דער געווענליכער סדר; אבער רבי האלט אז מען האט קודם געגאסן די וויין, ווייל אין בית המקדש האט מען געזינגען שירה אין די צייט וואס מען האט געגאסן דעם וויין און עס האט דעריבער א חשיבות[16].
געווענליך פלעגט מען מקריב זיין די נסכים צוזאמען מיט דער קרבן צוליב וועלכע עס קומט[17]. מען קען אבער אויך ברענגען די נסכים ווען עס איז שוין נאכט, אדער עטליכע טעג דערויף[18].
לעתיד לבא
אין די נבואות פון יחזקאל[19] ווערן דערמאנט שיעורים פון נסכים וועלכע זענען אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה. דער רמב"ם ערקלערט אז דאס וועט בלויז זיין ביי די קרבנות המילואים ווען מען וועט באנייען דעם בית המקדש השלישי, פונקט ווי ביים חנוכת המשכן האבן די נשיאים מקריב געווען זאכן וועלכע גייען נישט אן לדורות{{הערה|משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכות י"ד–ט"ו. ענליך לערנט רש"י[20], אז דאס זענען די קרבנות המילואים ביים באנייען דעם צווייטן בית המקדש אין די צייטן פון עזרא. לויט רבי אליעזר מבלגנצי איז אבער מעגליך אז לעתיד וועט בטל ווערן דער ניסוך היין פון יעדן טאג, און עס וועט נאר בלייבן ביי די קרבנות פון שבת, יום טוב און ראש חודש[21].
דרויסנדע לינקס
- דער ארטיקל "נסכים", אין אנציקלופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
רעפערענצן
- ↑ זעט מנחת חינוך, מצוה רצ"ט אות ב'
- ↑ מגילת תענית, פרק ח'
- ↑ ראב"ד, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה א'. דער רמב"ם זאגט דארט אז מען האט געגאסן די וויין אויפן "יסוד המזבח" און פון דארט איז עס גערינען צו די שיתין, און די מפרשים אויפן פלאץ זענען צעטיילט צווישן זיך צי דער רמב"ם האלט אנדערש ווי דער ראב"ד אדער ער איז אויך מודה אז מען האט עס געגאסן דורך די גאלדענע שיסלען. זעט אויך משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ז', הלכה י' וואו עס איז משמע אז רמב"ם האלט אויך אז מען האט אלעמאל געגאסן אין די גאלדענע שיסל
- ↑ סוכה פ"ד מ"א
- ↑ במדבר טו
- ↑ ראב"ד, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה ה'; רש"י, מנחות פט, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ב', הלכה ה' זעט אבער אין משנה למלך אז ער שרייבט אז עס איז אריינגעפאלן א טעות אינעם רמב"ם, און עס דארף שטיין א פערטל הין אויל
- ↑ משנה, מנחות ט, ה
- ↑ משנה, מנחות פרק ח'
- ↑ משנה, שקלים ה, א
- ↑ משנה, שקלים ה, ד
- ↑ משנה, חגיגה ג, ד
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ג', הלכה ה'
- ↑ משנה, מנחות ט, ו
- ↑ מנחות קד, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק י"ב, הלכה ה'
- ↑ מנחות מד, ב. זעט דארט תוספות, דיבור המתחיל כיון, אז עס איז נישט זיכער אז מען האט געזינגען ביים גיסן די וויין וואס קומט אן א קרבן, פארט האלט רבי אז די וויין האט א חשיבות וויבאלד לויט'ן געווענליכן שטייגער זינגט מען דערויף
- ↑ זעט משנה, יומא ב, ג, אז ביים מקריב זיין דעם קרבן תמיד האבן צוויי כהנים געטראגן די נסכים דערפון
- ↑ מנחות מד, ב
- ↑ יחזקאל מג-מו
- ↑ מנחות מה, א
- ↑ פירוש רבי אליעזר מבלגנצי אויף יחזקאל מה, יד
קרבנות | ||
---|---|---|
סארטן קרבנות | ||
יסודות'דיגע סארטן | עולה • חטאת • אשם • שלמים • בכור • מעשר • פסח • מנחה | |
קרבנות ציבור | קרבן תמיד • קרבן מוסף • לחם הפנים • מנחת העומר • שתי הלחם • קרבנות יום הכיפורים • פר העלם דבר של ציבור • שעיר עבודה זרה • קיץ המזבח • שעיר ראש חודש | |
קרבנות יחיד פון ימים טובים | עולת ראיה • שלמי חגיגה • שלמי שמחה • קרבן פסח • חגיגת ארבעה עשר • פר ואיל פון כהן גדול אין יום הכיפורים | |
אנדערע קרבנות יחיד | קרבן עולה ויורד • קרבן תודה • קרבן עוף • קרבנות נזיר • קרבן יולדת • קרבן מצורע • מחוסר כיפורים • פר כהן משיח • מנחת חביתין • קרבן עצים | |
הקרבה פון קרבנות | ||
פראצעדור פון הקרבה | אנטון בגדי כהונה • קידוש ידים ורגלים • סמיכה • שחיטה/מליקה • קבלה • הולכה • זריקה • שפיכת שיריים • מליחה • הגשה • קמיצה • קידוש הקומץ • תנופה • הקטרה • נסכים | |
איסורים און פסולים | פיגול • נותר • טומאה • מחשבת שלא לשמו • מחשבת חוץ למקומו • תמורה • בעל מום • טריפה • ממשקה ישראל • מעילה • מחוסר זמן | |
פלאץ פון הקרבה | במות • בית המקדש • מזבח החיצון • מערכה גדולה • חידוש עבודת הקרבנות בימינו |