אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נסכים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
'''נסכים''' איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע [[קרבנות]] וואס באשטייט פון א [[קרבן מנחה|מנחה]] צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים" און טייל מאל ווערט די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין אנגערופן נסכים. די מנחה זעלבסט ווערט טיילמאל אנגערופן "מנחת נסכים"{{הערה|ראה מנחת חינוך מצוה רצ"ט אות ב'}}.
'''נסכים''' איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע [[קרבנות]] וואס באשטייט פון א [[קרבן מנחה|מנחה]] צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים", און טייל מאל ווערט אזוי אנגערופן די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין. די מנחה זעלבסט ווערט צומאל אנגערופן "מנחת נסכים"{{הערה|זעט מנחת חינוך, מצוה רצ"ט אות ב'}}.


== פון וואס באשטייט די "נסכים" ==
== פון וואס באשטייט די "נסכים" ==

רעוויזיע פון 14:06, 19 יוני 2023

נסכים איז די צוגאב וואס מען ברענגט צוזאמען מיט געוויסע קרבנות וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל מיט אויל, און וויין. טייל מאל ווערט נאר די וויין אנגערופן "נסכים", און טייל מאל ווערט אזוי אנגערופן די גאנצע צוזאמשטעל פון די מנחה מיט די וויין. די מנחה זעלבסט ווערט צומאל אנגערופן "מנחת נסכים"[1].

פון וואס באשטייט די "נסכים"

די נסכים באשטייט פון צוויי חלקים. איין חלק איז דער מנחה וואס איז צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעהל אויסגעמישט מיט אויל, דערויף האט מען ארויפגעלייגט זאלץ, און מען האט דאס מקריב געווען אויפן מזבח החיצון. דער צווייטער חלק איז געווען די וויין, וואס דאס האט מען געגאסן אויפן אין איינס פון די צוויי גאלדענע שיסלען וועלכע זענען געליגן אויפן מזבח אין די לעכער וואס האבן דערגרייכט די שיתין[2].

אין דעם יום טוב סוכות איז אויך דא ניסוך המים, דאס איז דאס גיסן וואסער אין די גאלדענע שיסלען ביים מקריב זיין די קרבן תמיד[3]

די מאס פון די נסכים

די מאס פון די נסכים איז איינגעטיילט צעווישן די פארשידענע סארטן בהמות פון וואס מען ברענגט די קרבן. פאר א קרבן וואס קומט פון "שאף" און "ציגן" דארף מען ברענגען איין עשרון זעמל מעהל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין. פאר א "ווידער" צוויי עשרונים זעמל מעהל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין. פאר שטירן און קעלבלעך דריי עשרונים זעמל מעהל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין[4].

איין אויסנאם איז דא, דאס איז דער מנחה פונעם קרבן עומר, וואס דאס דארף האבן צוויי עשרונים זעמל מעהל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין. לויט איין שיטה האט עס געדארפט האבן א דריטל הין וויין[5].

די קוואליטעט פון די נסכים

טראץ דעם וואס אפילו שוואכערע קוואליטעט איז כשר פאר די נסכים איז אבער א מצוה צו ברענגען פון די בעסטע קוואליטעט ווייץ, איילבירטן און טרויבן. אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען זענען געווען דעזיגנירטע פלעצער פון העכסטע שטאפל און צווייט שטאפל קוואליטעט פון וואו מ'האט גענומען די פראדוקטן פאר די נסכים[6]. עס זענען אויך דא נאך פארשידענע פארשריפטן וואס פארזיכערען אז די באשטאנדטיילן זענען פון העכסטן קוואליטעט[7].

ווען ברענגט מען נסכים

יעדע קרבן עולה פון א בהמה און א קרבן שלמים, סיי פון א יחיד און סיי פונעם ציבור ווי צום ביישפיל די קרבן התמיד, ווי אויך א חטאת און אן אשם פון א מצורע, דארפן האבן נסכים. אבער אלע אנדערע חטאות און אשמות דארפן נישט קיין נסכים, אזוי אויך א בכור, א קרבן מעשר, א קרבן פסח, און אן עולת העוף דארפן נישט קיין נסכים[8].

א מענטש קען מנדב זיין א "מנחת נסכים" אליין אפילו ער ברענגט נישט קיין קרבן, און ער קען מנדב זיין סיי וועלכע פון די דריי סארטן מנחות, סיי די מנחה פון שאף, פון ווידער, און פון שטירן און קעלבלעך. אזוי אויך קען א מענטש מנדב זיין בלויז די מאס אויל אדער וויין פון איינע פון די מנחות[9].

די סדר פון מקריב זיין די נסכים

אויב א מענטש האט געברענגט א קרבן און מיט דעם איז מיטגעקומען א מנחה, האט מען קודם מקריב געווען די מנחה און דערנאך האט מען געגאסן די וויין, אבער אויב א מענטש האט מנדב געווען בלויז א מנחת נסכים אן קיין קרבן איז א מחלוקת צי מען האט קודם מקריב געווען די מנחה אדער מען האט קודם געגאסן די וויין. די חכמים האלטן אז מען האט קודם מקריב געווען די מנחה אזוי ווי דער געווענליכער סדר איז, אבער רבי האלט אז מען האט קודם געגאסן די וויין, ווייל די וויין איז זייער חשוב ווייל אין בית המקדש האט מען געזינגען שירה אין די צייט וואס מען האט געגאסן די וויין[10].

רעפערענצן

  1. זעט מנחת חינוך, מצוה רצ"ט אות ב'
  2. זעה משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"א ווי דער רמב"ם זאגט אז מ'האט געגאסן די וויין אויפן "יסוד המזבח" און פון דארט איז עס גערינען צו די שיתין, אבער דער ראב"ד דינגט זיך און ער האלט אז מ'האט דאס געגאסן אין די גאלדענע שיסלען וואס איז געליגן אויפן מזבח און ער ברענגט ראיות צו דעם. די מפרשים אויפן פלאץ זענען צעטיילט צווישן זיך צי דער רמב"ם וויל זיך טאקע דינגען אויפן ראב"ד און ער האלט אז די גאלדענע שיסלען האט מען נאר גענוצט סוכות ווען מען האט אויך געגאסן די וואסער אין די אנדערע שיסל, אדער ער איז מודה צום ראב"ד און דאס וואס ער זאגט אז מ'גיסט אויפן יסוד איז לאו דוקא. אבער זעה אין משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פ"ז ה"י וואס דארט זעט מען קלאר אז דער רמב"ם האלט אויך אז מ'האט אלעמאל געגאסן אין די גאלדענע שיסל
  3. סוכה פ"ד מ"א
  4. במדבר טו
  5. משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פ"ב ה"ד מחלוקת רמב"ם וראב"ד
  6. מנחות פ"ט מ"ה
  7. מנחות פרק ח'
  8. מנחות פרק ט' משנה ו'
  9. מנחות ק"ד:, משנה תורה הל' עבודת הקרבנות פי"ב ה"א
  10. מנחות מ"ד ע"ב, זעה תוס' ד"ה כיון אז נאר ווען מען האט געברענגט א קרבן דעמאלטס האט מען זיכער געזינגען ביים גיסן די וויין, אבער אויב מען ברענגט נאר א מנחה אן קיין קרבן איז א איבעיא אין די גמרא אויב מען האט געזינגען ביים גיסן די וויין, אבער טראץ דעם האלט רבי אז ווייל מ'האט געזינגען שירה אויף די וויין ווען מ'האט געברענגט א קרבן איז עס שוין גענוג חשוב צו ווערן געגאסן פארן מקריב זיין די מנחה