אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הערנאן קארטעס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022

הערנאַן קארטעס

הערנאַן קארטעס (שפּאַניש: Hernán Cortés‏; 1485 - 2טן דעצעמבער 1547) איז געווען א שפאנישער אויספארשער און קאנקיסטאדאר וואס האט איינגענומען מעקסיקא.

ביאגראפיע

קארטעס איז געבוירן געווארן אין מעדעלין, קעניגרייך פון קאסטיל, שפאניע. ער האט שטודירט געזעצן אין דעם אוניווערסיטעט פון סאלאמאנקע, אבער נאך צוויי יאר האט ער אויפגעהערט שטודירן.


אין 1506 איז ער ארויסגעפארן אין דער נייער וועלט. ער האט באטייליקט אין דעם שפאנישן אייננעם פון היספאניאלא און קובא אין 1511.

צווישן 1519 און 1521 האט ער איינגענומען די אזטעק אימפעריע פון קייסער מאקטעזומא וואס איז היינט מעקסיקא.

קארטעס איז געווארן גובערנאטאר פון נייער שפאניע. שפעטער איז ער צוריקגעפארן אין אייראפע מיט א סאך אוצרות.

ער איז געשטארבן אין סעוויל, שפאניע, דעם 2טן דעצעמבער 1547.