אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נאוועמבער"
(←היסטאריע: בילד) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:נאוועמבער צו נאוועמבער אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 12:48, 13 יוני 2023
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | |||||
3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 |
10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 |
17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 |
24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 |
קאלענדאר פאר 2024 |
נאוועמבער איז דער עלפטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער לעצטער פון פיר מאנאטן וועלכע פארמאגן דרייסיג טעג.
נאוועמבער איז א מאנאט פון שפעטע הערבסט אין דער צפון האלבקיילעך, און פון שפעטע פרילינג אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו מאי אין דער צפון האלבקיילעך. עס הייבט זיך אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי מערץ, וואס אין געווענליכע (נישט עיבור) יארן, איז עס אויך דער זעלבער טאג אין וואך ווען פעברואר האט זיך אנגעהויבן.
אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל עקרב, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל קשת[א].
היסטאריע
דער נאמען סעפטעמבער איז פון לאטייניש novem, ניין. די רוימער האבן עס אזוי גערופן ווען עס איז געווען דער ניינטער מאנאט אין א קאלענדער וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. נאוועמבער, וואס האט דאן נאר פארמאגט 29 טעג, איז געקומען נאך October און בעפאר December. עס איז שפעטער געווארן דער עלפטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס. עס האט נאך ווייטער פארמאגט בלויז 29 טעג, ביז ווען דער יוליאנישער קאלענדאר האט עס געטוישט צו דרייסיג.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
ציווילע מאנאטן | |
---|---|
|