אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מעקסיקע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מקסיקו)
ק (החלפת טקסט – "האנדעל" ב־"האנדל")
שורה 172: שורה 172:


אין יענע יארן איז נאך די מאפע פון נארט אמעריקע געווען זייער אומקלאר און אלע לענדער האבן כסדר געשיקט גרופעס וויסנשאפטלער וועלכע זענען ארומגעפארן מיט שיפן זוכן לאנד. די היספאנישע האבן דאס געטאן די ערשטע זאך און האבן באלד ארויסגעשיקט אן אויסשפיר גרופע צו באטראכטן דאס לאנד מעקסיקע. פונקט דאן האט אויך קובא געשיקט אן אויסשפיר גרופע און די צוויי גרופעס האבן זיך צוזאמנגעשטויסן ביי די ברעגעס פון די גאלף אוו מעקסיקע. די קובאנער האבן אטאקירט די היספאנישע מיט די הילף פון די נאטיווע אמעריקאנער וועלכע האבן דארט געווואוינט. מער ווי האלב פון די היספאנישע גרופע זענען אומגעקומען און די איבריגע זענען פארטריבן געווארן.
אין יענע יארן איז נאך די מאפע פון נארט אמעריקע געווען זייער אומקלאר און אלע לענדער האבן כסדר געשיקט גרופעס וויסנשאפטלער וועלכע זענען ארומגעפארן מיט שיפן זוכן לאנד. די היספאנישע האבן דאס געטאן די ערשטע זאך און האבן באלד ארויסגעשיקט אן אויסשפיר גרופע צו באטראכטן דאס לאנד מעקסיקע. פונקט דאן האט אויך קובא געשיקט אן אויסשפיר גרופע און די צוויי גרופעס האבן זיך צוזאמנגעשטויסן ביי די ברעגעס פון די גאלף אוו מעקסיקע. די קובאנער האבן אטאקירט די היספאנישע מיט די הילף פון די נאטיווע אמעריקאנער וועלכע האבן דארט געווואוינט. מער ווי האלב פון די היספאנישע גרופע זענען אומגעקומען און די איבריגע זענען פארטריבן געווארן.
די היספאנישע האבן נישט נאכגעלאזט און האבן געשיקט א פרישע גרופע וועלכע האבן דעגרייכט טיף אין מעקסיקע און האבן אנגעטראפן די גרעניצן וואו די אזטעקס האבן געוואוינט. די היספאנישע האבן געזען אז עס האנדעלט זיך פון א שטארקע מיליטער און האבן צוריקגעשיקט א מעסעדזש קיין סאנטע דאמינגא אז מען זאל צוגרייטן א שווערע מלחמה. דער פירער פון די אזטעקס האט באקומען באריכטן אז היספאנישע פארשער דרייען זיך ביי די גרעניצן און האט געשיקט א פארשלאג אז ער וועט זיי געבן גאלד און זילבער אז זיי זאלן זיך אפטראגן פון דעם ראיאן.
די היספאנישע האבן נישט נאכגעלאזט און האבן געשיקט א פרישע גרופע וועלכע האבן דעגרייכט טיף אין מעקסיקע און האבן אנגעטראפן די גרעניצן וואו די אזטעקס האבן געוואוינט. די היספאנישע האבן געזען אז עס האנדלט זיך פון א שטארקע מיליטער און האבן צוריקגעשיקט א מעסעדזש קיין סאנטע דאמינגא אז מען זאל צוגרייטן א שווערע מלחמה. דער פירער פון די אזטעקס האט באקומען באריכטן אז היספאנישע פארשער דרייען זיך ביי די גרעניצן און האט געשיקט א פארשלאג אז ער וועט זיי געבן גאלד און זילבער אז זיי זאלן זיך אפטראגן פון דעם ראיאן.


=== רעגירונג ===
=== רעגירונג ===

רעוויזיע פון 16:21, 2 יוני 2023

פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן
סימבאָל מעקסיקע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון מעקסיקע
קאָנטינענט צפון אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך
הויפּטשטאָט מעקסיקע שטאט 19°03′N 99°22′W / 19.050°N 99.367°W / 19.050; -99.367 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
פעליפ קאלדעראן
גרינדונג דאַטום
1810
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,972,550 קוואַדראַט ק"מ
15טע
2.5%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

111,211,789
11
55 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1.541 טריליאן (11ט)
וואַלוטע פעסא
צייט זאָנע UTC -6 ביז -8
אינטערנעט דאָמען mx.
טעלעפאָן קאָד 52+

מעקסיקע (שפּאַניש: México), אפיציעל די פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן, איז א פעדעראלע רעפובליק אין צפון אמעריקע. מעקסיקע איז די פינפטע גרעסטע לאנד אין דער מערב וועלט און איז רייך מיט נאטורליכע אוצרות ווי נאפט. די מעקסיקאנער רעגירונג האט א לאנג יעריגע ציל אויפצוברענגען איר לאנד עקאנאמיש אלס איינע פון די 15 רייכסטע לענדער אבער צוליב אן אומגלייכע באדן מיט ווייניג פארם לאנד און א שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז איז ציל קיינמאל אפילו נישט געקומען נאנט. פארקערט גאר, דאס לאנד ליידט פון עקאנאמישע קריזיסן יעדע שטיק צייט. מעקסיקע סיטי איז די הויפט און גרעסטע שטאט מיט די מערסטע ביזנעס. די שטאט איז גרויס סיי אין סייז און סיי אין באפעלקערונג און רעכנט זיך אלס איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט. ארום א פינפטל פון די באפעלקערונג וואוינט אין מעקסיקע סיטי און די גאנצע קולטור, עקאנאמיע, און פאליטיק איז דארט דאמינירט. אין לאטיין אמעריקע איז זי די צווייטע גרעסטע לאנד נאך בראזיל.

מעקסיקע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן אויף צפון, דעם פאציפישן אקעאן אויף מערב, דעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם קאראיבישן ים אויף מזרח, און די צוויי לענדער גוואטעמאלע און בעליזע אויף דרום. דאס לאנד איז כאראקטיזירט מיט אן אויסערגעווענליכן פארשידנארטיקייט אין טאפאגראפיע און קלימאט און ווערט דורכגעשניטן דורך צוויי גרויסע בערג קייטן, די סיערא מאדרע אקסידענטעל און סיערא מאדרע אריענטל. די גרעסטע טייל פון דער באפעלקערונג איז קאנצעטרירט אין צענטער פון לאנד וועלכע איז צווישן די צוויי גרויסע בערג קייטן. אין מעקסיקע איז פאראן לעבעדיגע וואולקאן בערג, שניי איבערגעדעקטע בערג, רעגנוועלדער, און וועלט באקאנטע וואסער ברעגעס (פלאזשעס).

מעקסיקע און די פאראייניגטע שטאטן טיילן זיך מיט א גרעניץ פון 1,900 מייל (3,100 קילאמעטער) לאנג פון וועלכע א גרויס חלק דערפון איז די ריא גראנדע טייך. דאס איז די צווייטע לענגסטע גרעניץ אין נארט אמעריקע נאך קאנאדע. במשך די יארן האבן הונדערטער טויזענטער מעקסיקאנער זיך גערוקט נענטער צו די אמעריקאנער גרעניץ, און טייל דערפון אפילו אריבער אויפ'ן אמעריקאנער זייט, צו קענען טאן ביזנעס. די נאנטע גרעניצן האט אויך עפעקטירט די קולטור פון ביידע לענדער ווען איינוואוינער פון ביידע זייטן גייען אסאך אריבער די גרעניץ צוליב ביזנעס און מישן אויס די קולטורס. מעקסיקע דעקט א שטח פון 758,452 סקווער מייל (1,964,382 קילאמעטער).

די מעקסיקאנער איינוואוינער שפיגלען זייער לאנד'ס רייכע היסטאריע. דאס לאנד איז פארמירט געווארן אינעם 16'טן יאָרהונדערט דורך די אויסמישונג פון היספאנישע און נאטיווע (דארט געבוירענע) אמעריקאנער. כאטש מעקסיקאנער וועלן ענדערש אויסזען ווי היספאנישער, איז אבער נאך אלץ א דריטל פון די באפעלקערונג נאטיווע אמעריקאנער. ווי דערמאנט האבן זיך די צוויי פעלקער אויסגעמישט צו פארמירן מעקסיקע און ווערן גערופן די מעסטיזאוס וועלכע פארנעמען 60 פראצענט פון די באפעלקערונג. 90 פראצענט פון זיי רעדן היספאניש און לעבן א היספאנישע לעבנ'ס סטיל. אין די לעצטע יארן האבן זיך א מערהייט פון די באפעלקערונג אריבערגעצויגן צו די באוואוינטע שטעט וואו עס איז פאראן מער ביזנעס. לויט א צענזוס פון01' זענען 75 פראצענט פון די באפעלקערונג קאנצעטרירט אין די אורבאן שטעט און מער ווי האלב פון די וואוינען אין שטעט פון איבער 100,000 איינוואוינער.

מעקסיקע האט א רייכע ירושה פון קונץ ווערק און ארכיטעקטור און איז באקאנט געווארן דערמיט אין די גאנצע וועלט אינעם צוואנציגסטן יאָרהונדערט. דאס האט אויך אפגעשפיגלט איר היסטאריע און קולטור און אפילו איר יעצטיגע סאציאלע אישוס. די גאנצע וועלט לעכצט נאך מעקסיקאנער מוזיק, געקעכטס, און פאלקס קונץ ווערק, אלע דערפון זענען שטארק צושפרייט אין גאנץ אמעריקע.

מעקסיקע'ס עקאנאמישע דעגרייכונגן זענען אסאך אבער דאס לאנד פלאגט זיך נאך אלץ צו קענען ווייטער אנטוויקלן די עקאנאמיע. א גרויסע שולד צו אירע עקאנאמישע שוועריקייטן ווערן אנגעוויזן אויף איר פאליטישע אומסטאבילקייט דורכאויס דעם 19'טן יאָרהונדערט. איר עקאנאמיע איז אמאל געווען א שטארקע אבער האט זיך גענצליך געטוישט נאך די צווייטע וועלט קריג און איז היינט אנגעוויזן אויף לייכטע פאבריצירונג און עקספארט. אירע נאפט אוצרות זענען פון די 10 גרעסטע אין די וועלט פון וועלכע זי עקספארטירט רוב דערפון. אויך גיט זי ארויס אסאך פעסל אויל און פארבלייבט איינע פון די גרעסטע פראדוצירער און עקספארטירער פון זילבער. נאך א גרויסער טייל פון איר היינטיגע עקאנאמיע זענען טוריזם און צוזאמענשטעלן (עסעמבלי) אינדוסטריס. דאס לאנד געניסט בעיקר פון איר נאנטשאפט צו די פאראייניגטע שטאטן מיט וועם זי טוט דאס מערסטע האנדל און אויך די פאראייניגטע שטאטן רעכנט איר אלס איינע פון אירע 10 גרעסטע האנדלער.

מעקסיקע'ס פאליטישער סיסטעם איז צושטאנד געקומען אין אונזער תקופה. עס איז דאמינירט דורך א שטארקע פרעזידענט און אן עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע פירן די יוסטיץ און לעגיסלאטיוו אפטיילונגן פון די רעגירונג. אין די לעצטע 70 יאר איז די רעגירונג דאמינירט דורך אן איינציגע פארטיי: די אינסטיטוציאנאל רעוואלוציאנארע פארטיי וועלכע ווערט דארט גערופן די "פי-אר-איי". גאנץ לעצטענס האט די פארטיי צום ערשטן מאל אין 70 יאר פארלוירן איר פרעזידענטשאפט.

היסטאריע

אין די אוראלטע צייטן האט מען קולטיווירט אין מעקסיקע קוקורוזע, פאמידארן און באנדלעך.

אומגעפער 1500 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג האט אנגעהויבן אין שטח פון היינטיגער מעקסיקע די אלמעק קולטור. די אלט-געזעסענע באוואוינער ווערן גערופן אצטעקן.

אין 1519 איז הערנאן קארטעס געקומען מיט 500 מענטשן און זיי האבן באזיגט די אצטעקן.

די סינקרעטיזם צווישן די אלט-געזעסענע און שפאנישע קולטורן האבן געפירט צו דער היינטיגער מעקסיקאנישער קולטור וואס שליסט איין טעקילא (ערשט געטריבן אין 16טן יארהונדערט), מאריאטשי (18טן), כאראבע (17טן), טשאראס (17טן) און די מעקסיקאנישע קיך..


געאגראפיע

מעקסיקע ציט זיך לענגאויס העלפט פון אמעריקע'ס דרום גרעניץ. פון די שטאט טידזשואנא, וועלכע איז באהאפטן מיט סאן דיעגא, ביז מאטאמאראוס, וועלכע שטייט ביים בארטן פון די גאלף אוו מעקסיקע וועלכע גרעניצט זיך מיט טעקסעס אויף די אנדערע זייט טייך. דאס לאנד איז ברייט פון אויבן (ארום 1,200 מייל גרעניצן מיט די פאראיינגטע שטאטן) און גאר שמאל (130 מייל) ביים אונטערשטן דרום שפיץ. אביסל העכערן שפיץ פארברייטערט זיך עס יא טיף אריין אין ים ביז נאנט צו קובא. די גרעסטע טייל פון לאנד איז בערגיג און ווייניג געפלאנצטע שטחים. עס איז דארט ווארים און עס פאלט ווייניג רעגן.

די הויפטשטאט מעקסיקע שטאט איז די צענטער פון לאנד און די הויפט שטאט אויך פאר די עקאנאמיע. די שטאט געפינט זיך מער צו דרום פון מעקסיקע און ארום איר איז אלע יארן געווען קאנצעטרירט די גרעסטע טייל פון די באפעלקערונג. זינט די צווייטע וועלט קריג איז אבער די צפון גרעניץ מיט די פאראיינגטע שטאטן געווארן א צענטער פאר די עקאנאמיע און מיליאנען מענטשן האבן אנגעהויבן גיין ווי מער צפון. ווער רעדט נאך ווען מעקסיקע איז אריין אין די פרייע האנדל אפמאך (נאפט"א), האבן איבער א מיליאן איינוואוינער זיך גערוקט גאר נאנט צו די אמעריקאנער גרעניץ און טייל האבן אפילו אימיגרירט הארט אריבער די גרעניץ פון וואו זיי פירן אן מיט אלע ערליי האנדל. ווען מען צוטיילט דאס לאנד צו אירע נאטירליכע ראיאנען האט מען זיבן אנדערע ראיאנען פון וועלכע די גרעסטע איז די צענטראלע פלאטאו וועלכע ציט זיך פון די אמעריקאנער גרעניץ ביז איבער האלב אריין אין לאנד. די ראיאן איז בערגיג און פארמאגט אסאך אקטיווע וואולקאנען. רוב פון די באוואוינטע שטעט, אריינגערעכנט מעקסיקע סיטי, געפינט זיך אים דעם ראיאן. די שטעט געפינען זיך אויף די נידעריגערע שטחים און זענען ארומגענומען מיט הויכע בערג. די געגענט איז טאקע דאס מערסטע באוואוינט אבער איז א מסוכנ'דיגע געגענט צוליב אסאך ערדציטערנישן וועלכע האבן שוין אומגעברענגט טויזענטער. דער מזרח ראיאן וועלכע געפינט זיך נעבן די גאלף אוו מעקסיקע טייך איז די שענסטע ראיאן מיט א נארמאלע צאל איינוואוינער. גאר מערב, ביים שפיץ פון לאנד, גייען די בערג ארויף ביז 9,000 פיס (2,700 מעטער) און די איינוואוינער זענען דארט נאטיווע אמעריקאנער וועלכע באשעפטיגן זיך מיט פארמינג. די ליידיגסטע ארט איז נעבן די קאליפארניע גרעניץ וואו עס איז זייער בערגיג און שווער צו וואוינען. די געגענט איז די פארנומענסטע ארט פאר טוריסטן וועלכע גלייכן דעם ראיאן פאר וואקאציע.

די טייכן און וואסערן אין מעקסיקע ווערן גענוצט פאר טראנספארטאציע מיטלן אבער עס קומען דארט זעלטן גאר גרויסע פראכט שיפן. געוויסע טיילן פון די טייכן ווערן גענוצט פאר היידראעלעקטריק פראדוקציע און עס זענען אויך פאראן צענדליגער וואסער דאמבעס וועלכע פארהאלטן די טייכן פון פארפלייצן די שטעט. אלע גרעניצן אינאיינעם רעכנען זיך 5,800 מייל (9,330 קילאמעטער) פון וועלכע די מערב גרעניצן זענען דאפעלט ווי די מזרח. דריי ברעגעס ווערן גענוצט פאר ביזנעס און זיי זענען: טעמפיקא, אויפ'ן גאלף, און אקאפולקא און מאזאטלאן אויפ'ן פאציפיק אקעאן. מעקסיקע איז א וואלדיגער לאנד אבער פלעגט האבן נאך פיל מער וועלדער נאר איז שפעטער אויסגעהאקט געווארן דורך די ניי אנגעקומענע היספאנישע. די איבערגעבליבענע וועלדער און פעלדער פארמאגן פשוט'ע גרינצייג און אביסל פרוכט. ווייניג געגעטער זענען גראזיג און עס איז פאראן א קליינע צאל שיינע ביימער. די וועלדער זענען פיל מיט מאלפעס און ענליכע פאמיליע חיות. די דרום טיילן פון לאנד פארמאגן הערשן, בערן, און בערג לייבן אבער פון זיי איז דא א מאנגל און די רעגירונג גיט אכט אויף זייערע לעבנ'ס.

רוב פון מעקסיקע'ס נאטורליכע אוצרות געפינען זיך אונטער די ערד ווייל וויבאלד עס רעגנט וויייג זענען פאראן זייער ווייניג געוואוקסן. נאר 13 פראצענט פון דאס לאנד איז באוואקסן. די וועלדער דעקן 29 פראצענט פון דאס לאנד, דאס איז איינע פון די מערסט וואלדיגע לענדער אין די וועלט. אונטער די ערד זענען פאראן א רייע מינעראלן און אסאך נאפט. די באשאנקענע געגענטער זענען אלע נאנט צו די גאלף אוו מעקסיקע. די קלימאט אין מעקסיקע איז א ווארימע אבער עס ווענדט זיך אין דעם ראיאן. אין צענטראל מעקסיקע, ווי למשל מעקסיקע סיטי, איז די טעמפרעאטור אין יולי ארום 74 דעגרי (23 צעלסיוס) און יאנואר ארום 70 דעגרי (21 צעלסיוס). אאין די נידעריגערע ראיאנען איז אביסל ווארימער און אויף די גאר בערגיגע ראיאנען איז יא קאלט אין דער ווינטער. טייל ערטער זענען אפילו באדעקט מיט שניי דורכאויס דעם גאנצן ווינטער.

אין די לעצטע 50 יאר איז די מעקסיקאנער רעגירונג געווארן שטארק באזארגט איבער מעקסיקע'ס שטארק פארפעסטיגטע וואסער און לופט, ספעציעל נאנט צו די גרעניץ מיט די פאראייניגטע שטאטן. די לאקאלע רעגירונגן פון ביידע גרעניץ זייטן האבן אונטערגענומען א רייע מאסנאמען צו העלפן רעדוצירן די אנגעשטעקטקייט. אויך אין צענטראל מעקסיקע איז די לופט שלעכט און מען קען עס ממש אנזען רוב טעג פון יאר. די ארטיגע מענופעקטשערינג ביזנעסער גיסן כסדר אריין אפפאל אין די טייכן וועלכע האט במשך די יארן שטארק פארפעסטיקט די וואסער. מעקסיקע איז אויך איבערגעפילט מיט אויטאמאבילן וועלכע פארפלייצן די שטעט. אין צוגאב צו אלעם זענען די גרויסע שטעט ארומגענומען מיט הויכע בערג וועלכע לאזן נישט די שלעכטע לופט ארויסגיין. די רעגירונג האט מיט עטליכע יאר צוריק איינגעשטעלט פארשידענע געזעצן איבער אויטאמאבילן כדי צו רעדוצירן די נומער אויף די שאסייען.

הויפט שטעט

מעקסיקע איז א שטאט וועלכע איז דאמינירט וואס גיאגראפערס רופן אן א פריימערי שטאט, וועלכע איז א איינצעלע מעטראפאליטן שטח וועלכע איז גרעסער ווי די 4 נעקסטע גרעסטע שטעט צוזאמען. די הויפט שטאט מעקסיקע סיטי האט א באפעלקערונג פון איבער 13 מיליאן איינוואוינער און צוזאמען מיט די ארומיגע סובורבס גרייכט עס איבער 18 מיליאן. די שטאט האט א קאנצעטראציע פון עקאנאמישע, פאליטישע, און קולטוראלע קוועלער וועלכע ווערט נישט געזען אין קיין איין אנדערע שטאט אין לאנד. וויבאלד די פאליטישע מאכט איז דארט קאנצעטרירט ארום די פעדעראלע רעגירונג איז די הויפטשטאט אויך די לאנד'ס פאליטישע לעבן. אלע אינטערעסאנטע ערטער און נוצבארע אונטערנעמונגן געפינען זיך אין מעקסיקע סיטי וועלכע איז ווירקליך דאס גאנצע קעסל פון לאנד.

מעקסיקע'ס צווייטע גרעסטע שטאט איז גואדאלאדזשארא מיט א באפעלקערונג פון 1.6 מיליאן מענטשן. די שטאט געפינט זיך 290 מייל (465 קילאמעטער) צפון-מזרח פון מעקסיקע סיטי. די שטאט איז היינט א וויכטיגע קאמערץ און אינדוסטרי ארט פון וואו עס קומען ארויס די בעסטע פאך לייט פון לאנד וועלכע קומען שפעטער אריבער אין די הויפטשטאט וואו זיי באקומען בעסערע ארבעט קאנטראקטן. זייער אסאך פון די מערסט געלונגענע און באקאנטע מענטשן זענען אויפגעוואקסן אין די שטאט וואו קונץ-ווערק און ארכיטעקטור איז דאס גאנצע לעבן ביי די יונגע איינוואוינער.

די דריטע גרעסטע שטאט איז נעטסאולקיאטל מיט 1.2 מיליאן איינוואוינער. די שטאט געפינט זיך אויף מזרח הארט נעבן די הויפט שטאט אבער איז א שטאט מיט פילע פראבלעמען, אריינגערעכנט א מאנגל אין הייזער, קאמיוניקאציעס, און הויפט דינסטן. רוב איינוואוינער זענען בלויע קאלער ארבייטער וועלכע ארבעטן אין אינדוסטריעלע ביזנעסער. גאר א גרויסע טייל פון די איינוואוינער פאר אריין ארבעטן אין מעקסיקע סיטי וועלכע איז א האלבע שטונדע אוועק. די פערטע גרעסטע שטאט איז מאנטערי מיט 1.1 מיליאן איינוואוינער. די שטאט געפינט זיך נעבן די אמעריקאנער גרעניצן אויף צפון. מאנטערי איז די צענטער פון מעקסיקע'ס אייזן אינדוסטרי'ס און ווערט אפט מאל גערופן "די פיסטבורג פון מעקסיקע". די שטאט איז די צווייטע וויכטיגסטע שטאט פאר די עקאנאמיע צוליב דעם וואס זי געפינט זיך נעבן די פאראייניגטע שטאטן און אסאך ביזנעס ווערט פון דארט געהאנדל'ט צווישן מעקסיקע און די פאראייניגטע שטאטן.


דעמאגראפיע

מעקסיקע האט אנגעהויבן באזעצט ווערן אינעם 15טן יארהונדערט דורך פארשידענע גרופעס פון נאטיווע אמעריקאנער אין היספאנישע אימיגראנטן. די גרופעס זענען צוטיילט געווארן צו פינף הויפט גרופעס וועלכע האבן זיך אלע באזעצט אין אנדערע ראיאנען. די נאטיווע אמעריקאנער זענען געווען מער ווי צוויי דריטל פון דער באפעלקערונג אבער די היספאנישע גרופעס זענען געווען מער מאכטפול און האבן צוביסלעך איבערגענומען די הערשאפט אויף דעם גאנצן לאנד. אנדערש ווי אין אמעריקע מיט די בריטישע, האבן די היספאנישע זיך אויסגעמישט און געהייראט נאטיווע אמעריקאנער פארמירנדיג די אזויגערופענע מעסטיזאוס. ביז אינעם 19טן יארהונדערט זענען די מעסטיזאוס געווארן די גרעסטע טייל פון דער מעקסיקאנער באפעלקערונג.

ביזנעס האט זיך גענומען ערנסט בליען נאך דעם צווייטן וועלט קריג ווען אמעריקע איז געווארן די גרעסטע ביזנעס מארק אין דער וועלט. זייער אסאך דארפישע איינוואוינער זענען אריבער אין די גרויסע שטעט און געעפענט ביזנעסער. אין יענע יארן האט מעקסיקע באקומען אסאך אימיגראנטן פון אייראפע וועלכע האבן באזעצט און אויפגעבויט צוויי נייע שטעט נאנט צו מעקסיקע שטאט. די באפעלקערונג האט אנגעהויבן ערנסט וואקסן אין 1940 ווען דאס לאנד איז געווארן מער סטאביל און די וואוינונג סטאנדארטן האבן דעגרייכט א גוטע שטאפל נאכדעם וואס די רעגירונג האט איינגעשטעלט א געזונטהייט אפגעבונג סיסטעם און אראפגעברענגט די טויט ראטע ביי ניי געבוירענע קינדער. די צענזוס פון 1990 האט געוויזן א סך הכל באפעלקערונג פון 81,249,645. אין יאר 2000 איז די ראטע געשטאנען ביי 97,483,412 מענטשן. און היינט שטייט די ציפער ביי 104,907,991 איינוואוינער. די באפעלקערונג געדיכטקייט איז בערך 138 מענטשן אין יעדע סקווער מייל (53 מענטשן פער סקווער קילאמעטער). די ליידיגסטע שטאט איז באדזשא קאליפארניע סאוד וואו עס וואוינען נאר 15 מענטשן פער סקווער מייל (6 מענטשן פער סקווער קילאמעטער). און די געדיכטסטע ארט איז אין צענטראל מעקסיקע וואו עס וואוינען צוזאמענגעקוועטשט 14,415 מענטשן פער סקווער מייל (5,565 פער סקווער קילאמעטער). די געבורטס ראטע שטייט ביי 22 פער טויזנט מענטשן און די טויט ראטע שטייט ביי 5 פער טויזנט.

אין 970' ווען אשעוואירא אלוועראז האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט האט ער באלד געמאלדן אז די שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז נישט גוט פאר מעקסיקע'ס עקאנאמיע און די רעגירונג וועט האבן שוועריקייטן אראפצושטעלן פאזיטיווע עקאנאמישע וואוקס ראטעס פער מענטש. די מעקסיקאנער עקאנאמיע האט נישט אויפגעברענגט צופיל נייע דזשאבס צו קענען געבן ארבעט פאר די שנעל וואקסנדיגע יונגע באפעלקערונג. אלוועראז האט דאן אפגעשטעלט די פרייע אימיגראציע און אינוועסטירט גרויסע געלטער פאר ערציאונג, וועלנדיג אויפציען א נייע דור פון מער געלערנטע סטודענטן וועלכע זאלן עווענטועל ברענגן מער מאדערנע שטעלעס.


עטנישע גרופעס און שפראך

מעקסיקע'ס באפעלקערונג איז צוזאמענגעשטעלט מיינסטענס פון מעסטיזאוס ווי דערמאנט אנפאנג ארטיקל. די מעסטיזאוס פארנעמען 60 פראצענט פון די באפעלקערונג. די צווייטע גרעסטע גרופע זענען די אינדיגינוס וועלכע זענען 30 פראצענט פון די באפעלקערונג. אויסער דעם זענען פאראן א גרויסע צאל אייראפעאישע פון שפאניע וועלכע ציילן 9 פראצענט פון די באפעלקערונג. עס וואוינען אויך דארט ארום 120,000 אפריקאנער וועלכע זענען אמאל געווען דארט קנעכט און זענען אויסגעלייזט געווארן א קורצע צייט נאכדעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט באפרייט די שווארצע. מען שאצט אז די שווארצע זענען אימפארטירט געווארן צווישן די יארן 519' און 650'. נאך זייער באפרייאונג האבן די שווארצע זיך אויסגעמישט צווישן די אנדערע פעלקער און האבן אפילו געהייראט ווייסע מענטשן. די נאטיווע אמעריקאנער וואוינען אויף די ערטער וואו די אינדיגינוס האבן זיך באזעצט ווען זיי זענען אנגעקומען אסאך יארן פאר די מעסטיזאוס. רוב פון זייערע ערטער זענען אין אדער ארום צענטראל מעקסיקע. אין אסאך פון די קליינע שטעט זענען די נאטיווע אמעריקאנער דאס מערהייט אדער גרויסע פראצענטן. די שפאנישע קאנטראל פון מעקסיקע האט געפירט צו די דאמינאנט פון היספאניש וועלכע איז די אפיציעלע שפראך אין לאנד. צווישן די נאטיווע אמעריקאנער זענען פאראן 100 שפראכן און אלע ווערן גערעדט. אבער אינטערעסאנט איז אז קיין איינע פון די אלע שפראכן זענען נישט אויפגעכאפט ביי א גרויסע מאסן און דערפאר ווייסט מען נישט צו זאגן וועגן זיי. ארום 80 פראצענט פון די וואס רעדן אנדערע שפראכן קענען ליינען און פארשטיין היספאניש. רוב מעקסיקאנער זענען קאטוילישע אבער אויך אנדערע רעליגיעס זענען פארשפרייט זינט די לאנד איז רעליגיע פריי. אנדערש ווי אין אנדערע פרייע לענדער, ווערט רעליגיע מער פארשפרייט צווישן די יונגע און כאטש ווייניג פון זיי האלטן זיך צו די רעליגיע, פאררופן זיי זיך דערויף לכל הפחות.


ערציאונג

מעקסיקע'ס ערציאונג סיסטעם פלעגט אין אנפאנג ווערן פארשפרייט און קאנטראלירט דורך אן אפטיילונג פון די העכסטע קירכע. די וועגן און דיסיפלין פון ערציאונג האט זיך אלעס געוואנדן אויף די קאטוילישע רעליגיע. די מעקסיקאנער איינוואוינער האבן דאס שטענדיג קריטיקירט אלס אומסטאביליזירט. נאך מעקסיקע'ס זעלבסטשטענדיגקייט האט מען אנגעהויבן טוישן דעם סיסטעם דורך גענצליך באזייטיגן רעליגיע אין די פריימערי סקולס פון די ערשטע ביז די זעקסטע קלאס און אנשטאט איינגעשטעלט א פובליק ערציאונג'ס סיסטעם ענליך צו אנדערע פרייע לענדער. מיט דער צייט האט די פעדעראלע רעגירונג איבערגענומען די פולע קאנטראל אויף ערציאונג און שטעלט צו די טעקסט ביכער פאר אלע קלאסן. אין א שפעטערדיגע קאנסטיטוציע פון 917' האט די רעגירונג אנגעהויבן טאן מיטלן צו העכערן די צאל קינדער וואס גייען אין סקול. לויט היינטיגע סטאטיסטיקס גייען ארום 90 פראצענט קינדער פון 6 ביז 13 יאר געהעריג אין סקול. העכער 13 איז פיל שוואכער און ווערט שוואכער מיט וואס א יאר עלטער. די נומער פון קינדער וואס קומען אן אין היי-סקול און אין קאלעדזש איז זייער נידעריג און טראץ אלע מיטלן וואס די רעגירונג האט שוין געטאן ווערט עס נישט בעסער. א שטארקע סיבה דערצו איז צוליב געלט ווען די מעקסיקאנער זענען נישט צו ברייט און קענען זיך נישט זען אויסגעבן אזויפיל געלט פאר ערציאונג. אין די שפעטע 90'גער יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פובליק ערציאונג פראגראמען וועלכע גיט לימיטירטע ערציאונג פאר קינדער פון העכער 15 יאר. דער פראגראם האט טאקע אסאך געהאלפן אבער איז ווייט פון א גוטע ערציאונג אין קאנטראסט צו קאלעדזשעס אבער איז בעסער ווי גארנישט. איין זאך וואס דער פובליק ערציאונג פראגראם האט זיכער געהאלפן איז די שריפטיקייט ראטע וועלכע איז אין די לעצטע יארן געשפרינגן צו 92 פראצענט. מעקסיקע האט א רייע פון קאלעדזש אינסטיטוטן וועלכע געפינען זיך על פי רוב אין מעקסיקע סיטי. ווייניג אויסלענדישע קומען צו זייערע אינסטיטוטן און פונדעסטוועגן האבן זיך עטליכע אויניווערסיטיס באקאנט געמאכט מיט א גוט'ן נאמען אין די וועלט. די גרעסטע און מערסט באקאנטע אויניווערסיטי אין מעקסיקע איז די נאציאנאלע אטאנאמעס אויניווערסיטי אוו מעקסיקע.


לעבנ'ס סטיל

מעקסיקאנער לייגן א שטארקע שעצונג אויף פאמיליע און טראדיציאנאלע ווערדיקייטן. כאטש ארום 33 פראצענט פון די פרויען ארבעטן טוען זיי דאך די היים ארבעט און געבן זיך אפ מיט די קינדער. יונגע קינדער בלייבן דארט לענגער אינדערהיים בעפאר מען שיקט זיי אפ אין סקול ווי אין די פאראייניגטע שטאטן. עס איז פאראן דארט א גרויסע חילוק צווישן די מיטל און הויכע אינקאם פאמיליעס און די ארימע. רוב מאמעס נעמען הילף פון אויסער די הויז פאר די קינדער און פאר הויז רייניגונג ווען די ארימע מאמעס טוען אלעס אליינס און גייען דאך ארבעטן א גרויסע צאל שטונדן איבער'ן טאג. מעקסיקאנער קליידן זיך אזויווי די אייראפעאישע און די אמעריקאנער. זיי לויפן נאך די וועלט סטילס אין צייט און פארמאגן אליינס אויך א קליינע צאל דיזיינערס וועלכע האבן א טייל אין די אינטערנאציאנאלע קליידונג פארמעסט. פאמיליעס אין די פארווארפענע דערפער קליידן זיך מיט טראדיציאנאלע קליידונג אבער עס ווערט ווייניגער און ווייניגער. מעקסיקע גיט ארויס גוטע עסנס און עס איז דא דארט צו באקומען פון אלעם גוטן. וויאזוי אימער, טוט די סאציאלע קלאס פארשידנארטיקייט און פארדינסט שטאפלן צוטיילן דאס פאלק אין זייער דיעטע. רוב מעקסיקאנער און די גאנצע ארבעט'ס קראפט לעבן אויף קארן, ווייץ, באנדלעך, הייסע פעפער, און טאמעיטאס. די מיטעלע און שיינע פארדינער עסן מער אמעריקאנער אזויגערופענע "רעדי" עסן ווי סיריעלס, סענדוויטשעס, קיכן, נאש, א.ד.ג. צו טרינקן פעלט נישט דארט. מעקסיקע פראדוצירט אסאך סאפט געטראנקן און מאכט גוטע ביר וועלכע איז זייער פאפולער אין לאנד און ווערט אויך עקספארטירט קיין אמעריקע אין גרויסע קוואנטום. מעקסיקע איז געבענטשט מיט נאטורליכע קארבאנעיטעט וואסער וועלכע דאס גאנצע לאנד טרינקט יעדן טאג. אין די לעצטע יארן זענען אויך זייערע וויינען גוט געווארן און ווערט דארט פראדוצירט אויף א גרויסן פארנעם. די מעקסיקאנער גלייכן די זעלבע אקטיוויטעטן ווי די אמעריקאנער ווי טעלעוויזיע, ווידעא, ספארטן, און אנדערע תאוות עולם הזה.


סאציאלע פראגעס

מעקסיקע איז כאראקטריזירט ביי א שארפע קלאס אין סאציאלע אפטיילונגן. א קליינע טייל פון פאלק רעכנט זיך אלס די הויכע קלאס מענטשן און זיי קאנטראלירן דאס לאנד'ס פראפערטי און רייכטום ווען דאס איבריגע לעבן אין ארימקייט. דאס צו פארשטיין וועט צוניץ קומען א סטאטיסטיק פון עטליכע יאר צוריק וועלכע האט געוויזן אז די 20 פראצענט גרעסטע פארדינער האבן פארדינט כמעט 60 פראצענט פון דאס לאנ'ס פארדינסט און די 20 פראצענט נידעריגסטע פארדינער האבן נאר פארדינט 3 פראצענט פון דעם סך הכל פארדינסט ווען די מיטעלע קלאסן זענען פארבליבן מיט 39 פראצענט. אין פארגלייך צו די פאראייניגטע שטאטן, איז מעקסיקע'ס מיטל קלאס פארדינער זייער א קליינע פראצענט. די מעקסיקאנער מיטל קלאס לעבן אן ענליכע לעבנ'ס סטיל ווי די מיטל פארדינער און די פאראייניגטע שטאטן וועלכע פארנעמען דאס גרעסטע טייל פון פאלק. זיי וואוינען אלע אין עלעקטריק באשיינטע הייזער און פליסנדיגע וואסער, האבן איינס אדער מער אויטאמאבילן, און האבן איינטריט צו ערציאונג און העלט קעיר איינארדענונגן. זייער אסאך מעקסיקאנער לעבן אין עכטע ארימקייט. די מעקסיקאנער רעגירונג גיט נישט ארויס די גענויע ציפערן אבער שטודירונגן פון אינטערנאציאנאלע סטאטיסטיקס האבן פאר 5 יאר צוריק אראפגעמאלן א בילד וויאזוי דער עקאנאמישער מצב קוקט דארט אויס. עס שטעלט זיך ארויס אז מער ווי 8 פראצענט פון די באפעלקערונג לעבן איבער דאס יאר מיט ווייניגער ווי איין יו-עס דאלאר פער טאג און גאנצע 24 פראצענט מיט ווייניגער ווי 2 יו-עס דאלאר פער טאג. דאס לאנד איז אן עכטע ביישפיל פון וואס די וועלט זאגט אז די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער. די ארימע האבן נישט קיין איינטריט צו קיין העלט קעיר און וואוינען אין הייזער וואס איז ווייניגער ווי די מינימום סטאנדארטן אין די היינטיגע וועלט. זיי האבן נישט קיין פארזיכערטע וואסער צו טרינקן און באקומען אינגאנצן נישט קיין סעניטאציע סערוויס. טאקע דערפאר זענען פאראן זייער אסאך פאמיליעס וועלכע נעמען ארויס די קינדער פון סקול זייער יונג זיי זאלן גיין ארבעטן און אריינברענגן געלט פאר די פאמיליע. צו טרעפן א געהעריגע דזשאב איז זיייער שווער אפילו פאר די וואס האבן די כשרונות און דעגריס. דאס לאנד'ס גרעסטע פראבלעם איז היינט איר וואוקס וועלכע מאכט די עקאנאמישע מצב ערגער און ערגער צוליב א מאנגל אין דזשאבס. די מעקסיקאנער רעגירונג נעמט שוין טאקע נישט אן קיין פרישע אימיגראנטן אבער איר נאטורליכע וואוקס גייט גאנץ שנעל. מעקסיקע איז באוואוסט צו ליידן פון א הויכע צאל פארברעכנס, אריינגערעכנט מערדערייען, דראגס, און פארברעכנס צווישן די יונגע. וויפיל מען האט שוין פרובירט צו טאן האט גארנישט געהאלפן און א גרויסע טייל מענטשן ציטערן פאר זייער שאטן. מעקסיקע איז גארנישט צוריק געבליבן ווען עס קומט צו קונץ-ווערק און ארכיטעקטור. דאס לאנד איז פיל מיט די אלע זאכן און עס קומען ארויס פון דארט געלונגענע ארטיסטן, אקטיארן, און זינגער, פון וועלכע א שיינע טייל זענען שפעטער אריבער אויף אמעריקע און זענען אויך דארטן באקאנט מיט זייערע כשרונות. עס פעלן נישט דארט קיין ביבליאטעקס און מוזעאמס. רוב ביבליאטעקס געפינען זיך אין די אוניווערסיטיס און האבן אסאך ווערטפולע זאכן. רוב מוזעאמס זענען אין מעקסיקע סיטי. די מעקסיקאנער מוזעאמס זענען וועלט באקאנט נישט נאר מיט זייערע טייערע קאלעקציעס, נאר אויך מיט זייערע הערליכע ארכיטעקטור. א מענטש וואס פארט קיין מעקסיקע דארף זיין בלינד נישט באגייסטערט צו ווערן פון די אלע הערליכע בינינים. אפילו די הייזער אויף די לאקאלע גאסן זענען קונצליך געבויט און האט אן אויסקוק ווי אמאליגע שיינע שטעט.


עקאנאמיע

Postscript-viewer-blue.svg עקאנאמיע פון מעקסיקע

די עקאנאמיע פון מעקסיקע איז די 11טע גרעסטע אין דער וועלט. זייט דער עקאנאמישער קריזיס אין 1994, האבן די אדמיניסטראציעס פון דעם לאנד פארבעסערט דעם לאנדס עקאנאמיע. די רעגירונגס חובות פון מעקסיקע ווערן גערעכנט אלס גוטע אינוועסטירונגען. די סטאבילע עקאנאמיע האט געווירקט צו פארקלענערן אינפלאציע און פראצענטער צו גאר נידעריג ניוואען, און האט פארגרעסערט די הכנסה פער מענטש; דאך בלייבט א גרויסער ריס צווישן די שטאטישע און דארפישע באפעלקערונג און צווישן די רייכע און די ארעמע מענטשן.[1] די רעגירונג דארף נאך פארבעסערן די אינפראסטרוקטור, מאדערניזירן די שטייער סיסטעם און די ארבעט געזעצן, און פארקלענערן די אומגלייכונג אין הכנסות.

רעגירונג

די מעקסיקאנער רעגירונג סיסטעם איז ענליך צו די פאראייניגטע שטאטן מיט אירע 3 רעגירונג'ס שטאפלן: די עקזעקיוטיוו, לעגיסלאטיוו, און יוסטיץ. וויאזוי אימער, האט דארט די עקזעקיוטיוו די קאנטראל אויף די אנדערע אפטיילונגן און דער פרעזידענט וועלכער איז דער טשיף עקזעקיוטיוו האט א פולע קאנטראל אויף יעדע רעגירונג אפטיילונג. רוב יארן אינעם צוואנציגסטן יאָרהונדערט האט נאר איין פארטיי (די פי-אר-איי) געשפילט א ראלע אין די רעגירונג און אנדערע פארטייען זענען אפילו נישט געקומען נאנט. די פי-אר-איי האט קיינמאל נישט פארלוירן אפילו א סענאט שטימע ביז אין יאר 89' ווען די נאציאנאלע עקשן פארטיי (פי-עי-ען) האט אנגעהויבן ווערן שטארק. די פי-אר-איי האט פארלוירן די פרעזידענטשאפט צום ערשטן מאל אין 00' צו וויסענט פאקס דער פירער פון די פי-עי-ען פארטיי. וויבאלד די עקזעקיוטיווע אפטיילונג פון די רעגירונג האט די פולע קאנטראל אויף די רעגירונג איז נישט פאראן קיין אינטערעסע און שתדלנות ארגאניזאציעס אזויווי אין די פאראייניגטע שטאטן. ווען גרופעס אדער ארגאניזאציעס דארפן הילף פון די רעגירונג ווענדן זיי זיך דירעקט צו די עקזעקיוטיווע מיטגלידער און טיילמאל צום פרעזידענט אליינס. דער פרעזידענט ווערט דארט ערוועלט דורך א דירעקטע פאפולער שטימע און ער וועלט זיך אליינס אויס זיין גאנצע קאבינעט. קיין איין מעקסיקאנער פרעזידענט האט נאך נישט ערוועלט אן אפאזיציע מיטגלידער אין זיין קאבינעט און דערפאר האט די רעגירונג שטענדיג געהאט א כמעט 100 פראצענטיגע מאכט און האט געקענט דורכפירן וואס עס האט זיי געשמעקט. א טערמין פאר א פרעזידענט איז 6 יאר און ער קען נישט ווידער-ערוועלט ווערן. די עקזעקיוטיוו קאבינעט באהאנדלט 90 פראצענט אישוס און איז צוטיילט צו עטליכע אפטיילונגן ווי עקאנאמיע, נעשאנעל סעקיוריטי, האנדל, א.א.וו. די רעגירונג'ס לעגיסלאטיווע קערפערשאפט באשטייט פון צוויי אפטיילונגן די סענאט און די טשעמבער אוו דעפיוטיס. די טשעמבער אוו דעפיוטיס פארמאגט 500 מיטגלידער וועלכע ווערן אלע ערוועלט פאר 3 יעריגע טערמינען. 300 פון זיי באלאנגן צו לאקאלע דיסטריקס און די איבריגע 200 ווערן ערוועלט לויט די שטארקייט פון די פארטייען. די סענאט באשטייט פון 128 מיטגלידער פון וועלכע 64 באלאנגן צו גיאגראפישע אפטיילונגן פון לאנד און דאס איבריגע איז ווייטער געוואנדן לויט די פארטיי שטארקייט. די סענאטארן ווערן ערוועלט צו 6 יעריגע טערמינען און קענען נאכאמאל ערוועלט ווערן אבער נישט נאכאנאנד. די טשעמבער אוו דעפיוטיס איז פארנומען שטודירן געזעצן, איינשטעלן די שטייערן, און פאררופן עלעקציעס. זיי האבן ווייניג געהילפן און דארפן ארבעטן אסאך שטונדן אין די פארנומענע צייטן. אלע פארשלאגן וואס די טשעמבער שטעלט פאר פאר די עקזעקיוטיוו ווערן דורכגעפירט ווייל די עקזעקיוטיוו איז צו פארנומען צו שטודירן און סייווי איז כמעט נישט פאראן קיין אפאזיציע אין די עקזיסטירנדע רעגירונג. די יוסטיץ דעפארטמענט האט זייער א שוואכע מאכט אין די מעקסיקאנער רעגירונג. די גאנצע ארבעט וואס בלייבט פאר זיי איז איבערצוקוקן דאס לאנד'ס געזעצן און עס מאדיפיצירן ווען עס פעלט זיך אויס. אלע מיטגלידער אין די יוסטיץ דעפארטמענט ווערן ערוועלט דורכ'ן פרעזידענט און אויך די טשעמבער אוו דעפיוטיס דארפן דאס באשטעטיגן. אין די לעצטע יארן האט די יוסטיץ באקומען מער מאכט און אויך זיי שטודירן שוין די נייע געזעצן בעפאר עס ווערט פארגעשלאגן פאר די עקזעקיוטיוו, אבער נאר פאר א קורצע צייט. מעקסיקע פארמאגט 31 שטעט און די פעדעראלע דיסטריק וועלכע איז מעקסיקע סיטי. אין יעדע שטאט איז פאראן א גאווערנער וועלכער ווערן ערוועלט פאר 6 יעריגע טערמינען. די לאקאלע רעגירונגן אפערירן זייער ענליך צו די לאקאלע רעגירונגן אין די פאראייניגטע שטאטן מיט דער חילוק אז אין מעקסיקע האבן זיי אסאך ווייניגער מאכט. אין די פעדעראלע דיסטריק איז פאראן א מעיאר וועלכער ווערט אויך ערוועלט צו א 6 יעריגע טערמין. אמאל איז דער מעיאר געווען א מיטגלידער אין די פעדעראלע רעגירונג אבער מען האט עס געטוישט ווען מען האט איינגעזען אז צו קענען בעסער סערווירן די שטאט דארף דער פירער זיין א דרויסענדיגער פון די רעגירונג. די מעקסיקאנער רעגירונג איז א מיטגלידער אין די יו-ען און פארמאגט א טייל אין רוב פון אירע אגענטורן.


פאליטישע פארטייען

כאטש מעקסיקע'ס פאליטישע סיסטעם איז שטענדיג אפערירט געווארן דורך אן אייניציע פארטיי, איז שוין די עקזיסטענץ פון די פי-אר-איי פארטיי געווען א סטראשע פאר די רעגירונג פאר עטליכע צענדליג יארן. די דריטע גרעסטע פארטיי איז די דעמאקראטיק רעוואלוציע (פי-אר-די) וועלכע האט היינט אויך גאנץ א שטארקע איינפלוס אין די טשעמבער אוו דעפיוטיס. עס זענען פאראן נאך עטליכע קליינע פארטייען וועלכע האבן אלע עטליכע זיצן אין די טשעמבער אבער האבן קיינמאל נישט אנגעצויגן עפעס ערנסט. די פארטייען ווערן געמאסטן און ערוועלט אויף א נארישן סיסטעם דורך נאציאנאלע וואלן אנשטאט באזונדערע עלעקציעס אין יעדע דיסטריק. די אישוס און מיינונגן פון די דריי גרעסטע פארטייען זענען נישט ווייט איינע פון די אנדערע און אלע האבן די עקאנאמיע אלס זייער ערשטע פריאריטעט. וויאזוי אימער, זענען די פארטיי פירער שטענדיג פארנומען מיט'ן צוזאגן לאקאלע אישוס כדי צו באקומען שטיצע אבער אין די טשעמבער האבן זיי ווייניג צייט דערצו ווייל די לאנד פלאגט זיך מיט גרעסערע פראבלעמען וועלכע וועט נאך געדויערן אסאך יארן צו סטאביליזירן. ווי געזאגט איז די פי-אר-איי געווען די איינציגסטע שטארקע פארטיי פאר צענדליגער יארן. איר שוואכקייט האט זיך אנגעהויבן אין די 980' יארן ווען די פארטיי האט גארנישט געקענט טאן צו פארבעסערן די עקאנאמיע און דער דורכשניטליכער וואוינונג סטאנדארט האט אנגעהויבן פאלן מען און מער. אינעם יאר 987' איז פארגעקומען פעדעראלע וואלן וואו די פי-אר-איי האט נאכאמאל געוואונען מיט א שמאלע אויבערהאנט אבער קורץ נאך די וואלן האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז פארגעקומען זייער אסאך שווינדל און מען האט איבערגעמאכט די וואלן אין וועלכע די אפאזיציע פארטיי האט געוואונען אן אויבערהאנט פון 240 זיצן אין די טשעמבער, ענדיגנדיג די 60 יעריגע אומבאזיגטע איין פארטיי סיסטעם.


סאציאלע פארזיכערונג

מעקסיקע איז געווען דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט וועלכע האט פארגעשלאגן א סאציאל פארזיכערונג פראגראם אין איר רעגירונג סיסטעם נאך אין 917' אבער עס איז ערשט איינגעשטעלט געווארן אין 943' צוליב די פולע געשפרעכן איבער דעם פראגראם. איר סאשעל סעקיוריטי סיסטעם גיט אסאך מער וואו אין די פאראייניגטע שטאטן אבער עס איז נישט אזוי גוט פארשפרייט איבער'ן לאנד און טייל קליינע פארשטופטע קאמיוניטיס געניסן נישט פון אלע בענעפיטן. עס איז כמעט נישט פאראן קיין פריוואטע העלט צענטערן ווייל 90 פראצענט מעקסיקאנער קענען זיך דאס נישט ערלויבן.

די דורכשניטליכע לעבנסשפאן פאר מענער איז דארט 69 יאר און פאר פרויען 75 יאר. דאס איז פיל נידעריגער ווי די לעבנסשפאן ראטע פון איר שכן די פאראייניגטע שטאטן (מענער 74 יאר און פרויען 80 יאר). די געבורטס טויט ראטע איז דארט הויך מיט 24 טויט פאלן פאר יעדע 1,000 קינדער (אין די פאראייניגטע שטאטן האלט די ראטע ביי 7 פער יעדע 1,000). רוב טויט פעלער קומען דארט פון שעדליכע איבערכאפענדיגע קראנקהייטן וועלכע פלאגט די קלענערע שטעט.


מיליטער

מעקסיקע'ס מיליטערישע כוחות איז איינגעטיילט צו דריי הויפט אפטיילונגען: די ארמיי וועלכע פארמאגט 144,000 טרופן, דער פלאט מיט 37,000 מיטגלידער, און א עירפארס מיט 11,770 זעלנער. ווען מען רעכנט דאס מיליטער לויט די עקאנאמיע פון דאס לאנד איז מעקסיקע איינע פון די קלענסטע ארמייען אין די וועלט פראצענטווייז. מיליטערישע סערוויס הייבט זיך אן פון די 18 יאר אלט אבער א גרויס טייל יוגנטטליכע איגנארירן עס אינגאנצן. דאס מיליטער איז שוואך טרענירט און האט ווייניג עקוויפמענט. וויבאלד דאס מיליטער איז אזוי נאכגעלאזט און קענען נישט באשטייערן צו סיי וועלכע אינטערנאציאנאלע מיסיע, פארנעמט זי זיך מיט פאליצייאישע ארבעט אין לאנד. די מיליטער מישט זיך אריין אין פאליטיק ווען עס פעלט אויס און העלפן אפיציעל אין די קריג קעגן דראגס. עס איז דארט א נארמאלע ערשיינונג אז די מיליטער זאל אנקומען צו א קרימינאלע סצענע.

רוב פון אירע וואפן זענען אימפארטירט אבער זי אליין פראדוצירט אויך וואפן וועלכע זי עקספארטירט פאר די ווערט פון 13 מיליאן דאלאר פער יאר. די דעפענס דעפארטמענט קאסט איר אפ יערליך 4 ביליאן דאלאר וואס קומט אינגאנצן אויס צו 38.12$ פער פערזאן.


היסטאריע

דאס ארט ווי מעקסיקע געפינט זיך היינט איז געווען פון די ערשטע ערטער וואו מענטשן האבן זיך באזעצט פון גאנץ נארט אמעריקע. סייענטיסטן האבן געפינען צענדליגער סימינים וועלכע האט זיי געפירט צו אן אויספיר אז מענטשן האבן געוואוינט אויף דעם שטח נאך מיט טויזענטער יארן צוריק. לויט זייער וויסנשאפט האבן די פארשידענע שבטים געלעבט אויף קארן און באנדלעך און האבן געכאפט פיש. זיי זאגן אז זייערע שטודיעס צייגן אז מען האט אנגעהויבן פלאנצן ערד בערך 2,000 יאר צוריק און דאס ארט איז דעמאלט אנגערופן געווארן מיסאאמעריקע.

ווען מעקסיקע האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלן אינעם 19'טן יאָרהונדערט איז נאך דארט געווען א גרופע וועלכע האבן זיך גערופן מיסאאמעריקענס און האבן געשטערט די אנטוויקלונג פון לאנד, מיט די טענה אז עס באלאנגט צו זיי. כאטש די מיסאאמעריקענס האבן נישט קיין שום דאקומענטן פון איר היסטאריע האט מען אבער געפינען אסאך שטיינער וועלכע האבן אנטהאלטן אויפגעקריצט פארשידענע מעסעדזשעס וועלכע גיט אן איינגעצוימטע ווירקליכקייט צו איר היסטאריע. לויט יענע אויפשריפטן איז מעקסיקע געווען פיל העכער פונעם ים אויבערפלאך בעפאר א נאטוליכע חורבן האט אראפגעווישט א גרויסע טייל פון לאנד. אינעם 13טן יאָרהונדערט איז פאגעקומען די ערשטע מלחמה פון וואס מען ווייסט. א גרויסע גרופע וועלכע האבן זיך גערופן די אזטעקס האבן אקופירט גאנץ צענטראל מעקסיקע און האבן עס א נאמען געגעבן מעקסיקאַ. דער נאמען מעקסיקע שטאמט פון יענעם נאמען. די אזטעקן זענען געווען גרויס אין צאל אבער זייער מאכט איז געווען עטוואס שוואכער ווי די נאטיווע אמעריקאנער און די אנדערע גרופעס וועלכע האבן דארט געוואוינט און זיי האבן געהאט א שווערע ארבעט אנצוהאלטן די אקופאציע. היסטאריע זאגט אז די אזטעקס זענען געווען די ערשטע מיליטער וועלכע האבן זיך באנוצט מיט פייגל פאר מלחמה צוועקן. זיי האבן גענוצט עטליכע גרויסע אדלער (איגעל) צו שיקן מעסעדזשעס און האבן אבזערווירט איר גאנצע "הלוך ילך" צו קענען באמערקן ווען דער פיינט קומט. די אדלער איז פארבליבן דער סימבאל פון מעקסיקע ביז'ן היינטיגן טאג און עס געפינט זיך אויף איר נאציאנאלע פאן און אויף טייל וואלוטע.

די אזטעקן זענען געווארן א גרויס פאלק אין די קומענדיגע יארן און האבן געציילט עטליכע הונדערט טויזנט מענטשן. זיי האבן אויפגעשטעלט א הויפט שטאט וועלכע זיי האבן גערופן קענאטיטלען און האבן געפירט א כמו רעגירונג סארט לעבן. ווען די היספאנישע האבן אינוואדירט מעקסיקע אינעם 15טן יאָרהונדערט איז די שטאט קענאטיטלען געווען איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט מיט איבער 200,000 איינוואוינער.


די היספאנישע אינוואזיע

ביי דער צייט ווען די היספאנישע זענען אנגעקומען קיין מעקסיקע זענען שוין די אזטעקן געווען פארשפרייט ביזן פאציפישן אקעאן און אויף דרום ביז זייער נאנט צו די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן. איר מיליטער איז שוין אויך בעסער געשטאנען און זיי זענען געווען זיכער מיט זיך אז איר אימפעריע וועט נישט אזוי שנעל צובראכן ווערן. די היספאנישע מיליטער האט ערשט געלאנדעט אויף די קאריביען אינזלען אין יאר 1519. זיי האבן אראפגעשטעלט די שטאט סאנטע דאמינגא (היינט די הויפט שטאט פון דער דאמיניקאנישער רעפובליק) אלס די הויפט באזע פון די מיליטער און האבן באלד געמאכט פלענער וויאזוי אנצוגרייפן מעקסיקע.

אין יענע יארן איז נאך די מאפע פון נארט אמעריקע געווען זייער אומקלאר און אלע לענדער האבן כסדר געשיקט גרופעס וויסנשאפטלער וועלכע זענען ארומגעפארן מיט שיפן זוכן לאנד. די היספאנישע האבן דאס געטאן די ערשטע זאך און האבן באלד ארויסגעשיקט אן אויסשפיר גרופע צו באטראכטן דאס לאנד מעקסיקע. פונקט דאן האט אויך קובא געשיקט אן אויסשפיר גרופע און די צוויי גרופעס האבן זיך צוזאמנגעשטויסן ביי די ברעגעס פון די גאלף אוו מעקסיקע. די קובאנער האבן אטאקירט די היספאנישע מיט די הילף פון די נאטיווע אמעריקאנער וועלכע האבן דארט געווואוינט. מער ווי האלב פון די היספאנישע גרופע זענען אומגעקומען און די איבריגע זענען פארטריבן געווארן. די היספאנישע האבן נישט נאכגעלאזט און האבן געשיקט א פרישע גרופע וועלכע האבן דעגרייכט טיף אין מעקסיקע און האבן אנגעטראפן די גרעניצן וואו די אזטעקס האבן געוואוינט. די היספאנישע האבן געזען אז עס האנדלט זיך פון א שטארקע מיליטער און האבן צוריקגעשיקט א מעסעדזש קיין סאנטע דאמינגא אז מען זאל צוגרייטן א שווערע מלחמה. דער פירער פון די אזטעקס האט באקומען באריכטן אז היספאנישע פארשער דרייען זיך ביי די גרעניצן און האט געשיקט א פארשלאג אז ער וועט זיי געבן גאלד און זילבער אז זיי זאלן זיך אפטראגן פון דעם ראיאן.

רעגירונג

די ערשטע מעקסיקאנער רעגירונג איז אויפגעשטעלט געווארן בערך 500 יאר צוריק אין די אנפאנג יארן פון 500'. די רעגירונג האט פונקציאנירט ווי א לאקאלע רעגירונג געוואנדן לויט די מוניציפאליטעטס אדער שטעט. יעדע מוניציפאליטעט האט פארמאגט אונטער זיך עטליכע געגענטער און ווילעדזשעס. אין יאר 528' האט די שפאנישע מאנארכיע אויפגעשטעלט א הויכע געריכט און ביז עטליכע יאר אריינגעשטעלט צענדליגער גוט טרענירטע ריכטער און געזעץ מאכער. די הויכע געריכט איז אנגערופן געווארן די אודיענסע. 15 יאר שפעטער האט די שפאנישע מאנארכיע אנגעהויבן אויפשטעלן די ערשטע צווייגן צו א צענטראלע רעגירונג וועלכע איז נאך אלץ געווען א טייל פון די הויכע געריכט. די רעגירונג איז נאמינירט געווארן אלס די וויסעראו. עס זענען נאך דעמאלט נישט געווען קיין מיניסטארן און א פרעזידנעט נאר א הויפט אדמיניסטראטאר און עטליכע אפישעלס אונטער אים. די וויסעראו רעגירונג האט אפיציעל קאנטראלירט גאנץ ניו שפאניע וועלכע איז היינט מעקסיקע, די פיליפיניען אינזלן, צענטראל אמעריקע, די אינזלן פון די אנטילס, און די היינטיגע אמעריקאנער שטעט קאליפארניע און ניו מעקסיקע. אין פאקט האט אבער די וויסעראו נישט געהאט קיין שום אויטאריטעט אויסער די גרעניצן פון מעקסיקע ווייל די שוואכע קאמיוניקאציע האט עס נישט ערלויבט. די לאקאלע גאווערמענטס אין די אלע ערטער האבן זיך געפירט אייגענע רעגירונגן און געטאן אליינס אלע האנדל.

די וויסערוי האט געארבעט אינאיינעם מיט די הויכע געריכט (אודיענסע) און האבן נאר קאנטראלירט געזעצליכע פרטים. פאר האנדל איז געווען א באזונדערע ארגאניזאציע וועלכע איז אנגערופן געווארן די קאנסולאדא.


זעלבסטשטענדיגקייט

דורכאויס דעם 18'טן יאר הונדערט נאכדעם וואס שפאניע האט געליטן עטליכע דורכפעלער אין אייראפעאישע מלחמות האט די שפאנישע רעגירונג זיך צוזאמענגעזעצט צו פארשטערקערן איר פארבליבענע אימפעריע. אלס א טייל פון דעם באשלוס האט די שפאנישע רעגירונג אנגעהויבן לייגן אן אויג אויף אירע קאלאניעס וועלכע האבן געמאכט א לעבן אויף שפאניע'ס חשבון. די שפאנישע רעגירונג האט געלעכצט פאר געלט און האט געוואוסט אז די קאלאניעס פירן זיך אן אייגענע ווערטשאפט און לייגן די געלטער אין טאש אריין. די שפאנישע רעגירונג האט באלד דערנאך אראפגעשיקט א גרופע פון אירע געלונגעסטע ביוראקראטן וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אין די וויסעראו און אנגעהויבן אויספארשן וואס גייט פאר און איינגעשטעלט נייע שטייערן וועלכע איז אין גרעסטן טייל געגאנגן צו פארשטערקערן די שפאנישע מיליטער. די שפאנישע ביוראקראטן האבן אראפגענומען אלע האנדל'ס פארבאטונגן צווישן די קאלאניעס און איינגעשטעלט קליינע מיליטערן אין יעדע קאלאניע וועלכע איז אין פאקט געווען א טייל פון די שפאנישע מיליטער. דאס איז געווען א קלוגע סטראטעגישע אקט פון די שפאנישע רעגירונג וועלכע האט זיך מיט דעם פארזיכערט אז די פארמאגט מיליטערישע כוחות אין עטליכע קאנטינענטן פון די וועלט. אנדערע לענדער האבן באוואונדערט דעם שריט און האבן אין די נאכפאלגענדע יארן נאכגעטאן דאס זעלבע.

פארשטייט זיך אז די מעקיסקאנער איינוואוינער זענען געווען אומצופרידן מיט די נייע שטרענגע איינריכטונגן און העכערע שטייערן און האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פארשטערקערטע אקופאציע. די פראטעסטן זענען געווען שטורמישע און טייל מאל ארויס פון קאנטראל. די לאקאלע מיליטער האט פרובירט צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט געוואלד און טיילמאל אפילו גענוצט וואפן צו פארטרייבן די מאסן. אבער ווי מער זיי האבן פרובירט זענען די פראטעסטן געווארן שטערקער און שטערקער ווען מער און מער מענטשן זענען זיך געקומען באטייליגן. אסאך פון די לאקאלע רעגירונג אפישעלס האבן רעזיגנירט פון זייערע אמטן און זיך באטייליגט אין די פראטעסטן. די מעקסיקאנער האבן שוין דעמאלט אנגעהויבן רעדן אפן פון זעלבסטשטענדיגקייט און האבן ערקלערט פאר די מאסן אז אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד וועט זיי זיין בעסער לויט די יעצטיגע אומשטענדן אפילו מען וועט נישט האבן קיין שום שטיצע פון שפאניע פאר א נויט. היסטאריקער קענען נאך היינט נישט פארשטיין פארוואס די שפאנישע רעגירונג האט אזוי שוואך אפגעשלאגן די אויפשטאנד און אנשטאט מער און מער אפגעהאקט באציאונגן מיט די מעקסיקאנער רעגירונג. די שפאנישע רעגירונג האט געהאלטן אז די מעקסיקאנער וועלן נישט קענען אויסהאלטן אן זייער שטיצע און וועלן זיך עווענטועל צוריקווענדן נאך הילף. די פירער פון די אויפשטאנד האבן אבער געהאט גוטע עקזאמפלן פון די אמעריקאנער און פראנצויזישע רעוואלוציעס און האבן נאכגעפאלגט זייערע שריט. גארנישט בעסער וואלט געקענט געשען ווען עס האט אויסגעבראכן א קריזיס און שפאניע ווען דער פראנצויזישער קעניג נאפאליען דער ערשטער האט אינוואנדירט שפאניע און געפאנגן די שפאנישע ראיעל פאמיליע מיטגלידער און זיי געהייסן אים איבערגעבן די מאנארכיע קרוין. די מעקסיקאנער האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעהויבן אויסארבעטן די לעצטע פלענער פאר'ן אויפשטאנד.

נישט יעדער איינער איז אבער געווען אזוי צופרידן מיט א זעלבסטשטענדיגע מעקסיקע די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער האבן אנגעהויבן שטורמען אז זיי ווילן נישט קיין אייגן לאנד און וועלן ענדערש בלייבן אונטער שפאנישע קאנטראל. דער פירער פון די נאטיווע רעבעלן איז געווען א גלח מיט'ן נאמען הידעלגאו וועלכער איז געווען זייער געשעצט צווישן די נאטיווע אמעריקאנער איינוואוינער. הידעלגאו האט צוזאמנגענומען טויזענטער מענטשן און זיי געברענגט קיין צענטראל מעקסיקע און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די נייע רעגירונג. די מעקיסקאנער האבן זיי אפגעשלאגן און הידעלגאו האט מיט דער צייט אויפגעשטעלט אן ארמיי פון 80,000 מענער און א ציווילע קריג האט אויסגעבראכן. די קריג האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט און טייל מעקסיקאנער האבן זיך אנגעשלאסן מיט הידעלגאו וועלכער האט שוין דעמאלט אויך געקענט באשטיין צו ווערן פירער אפילו אויב דאס מיינט בלייבן זעלבסטשטענדיג. הידעלגאו'ס ארמיי האט אין אנפאנג געמאכט גרויס פארשריט אבער ווי נענטער זיי זענען געקומען אין צענטראל מעקסיקע זענען זיי אויפגענומען געווארן מיט שטערקערע ווידערשטאנד. כאטש זיין ארמיי האט געליטן גרויסע פארלוסטן האט ער דאך געמאכט פארשריט און אין יאר 810' דערגרייכט מעקסיקע סיטי. אריין אין שטאט איז אים שוין נישט געגאנגן און דארטן האט ער אנגעהויבן פארלירן ביז זיין גאנצע ארמיי האט געמוזט אפטראגן אויב זיי האבן געוואלט פארמיידן טויט. הידעלגאו אליינס איז אנטלאפן אבער עטליכע יאר שפעטער איז ער געכאפט געווארן און מען האט אים אומגעברענגט אין א מעקסיקאנער טורמע. נאך די ציווילע קריג האט די נייע רעגירונג ענדליך געקענט אנהייבן איר ארבעט און האט אויפגענומען א פרעזידענט. צענטראל אמעריקע האט זיך דאן אפגעבראכן פון מעקיסקא און די אמאליגע ניו שפאניע איז א נאמען געגעבן געווארן מעקסיקע.


די פריע רעפובליק

מעקיסקע איז נאך נישט גרייט געווען צו פארמירן א נייע רעפובליק נאכדעם וואס די ציווילע קריג האט שטארק געשעדיגט דאס לאנד און שטייערן פארדינסטן זענען געפאלן צו די נידעריגסטע שטאפלן. די אנפירער פון די רעגירונג זענען אומערפארענע מענטשן וועלכע האבן נישט געוואוסט און פארשטאנען וואס א רעגירונג מיינט נאר האבן נאכגעפאלגט וואס זיי האבן געזען פון די פריערדיגע לאקאלע רעגירונגן. עס האט געדויערט א לענגערע צייט ביז מען האט איינגעשטעלט סטעיט לעגיסלאטורן און זיי געגעבן די מאכט צו ערוועלן די עקזעקיוטיוון פון די רעגירונג. אין 824' האט מען איינגעשטעלט די ערשטע קאנסטיטוציע.

רעפערענצן

  1. "Mexico, World Bank's Country Brief". Retrieved February 19, 2007.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!