אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאור עינים"
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ") |
ק (החלפת טקסט – "טשערנאבל" ב־"טשערנאביל") |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - תורה]] | [[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - תורה]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:טשערנאביל]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] |
רעוויזיע פון 08:01, 10 מאי 2023
מאור עינים איז א ספר געשריבן דורך רבי מנחם נחום טווערסקי, דער גרינדער פונעם טשערנאבילער חסידות.
דעם ספר האט מסדר געווען זיין תלמיד הרב אליהו, בכדי צו פארשטארקן דאס חסידות. דער ספר איז אוועקגעשטעלט ווי א פירוש על-פי דרך הדרש והמוסר אויף די סדרות און די ימים טובים.
דער "מאור עינים" ווערט פאררעכנט אלץ איינע פון די ספרי יסוד החסידות, עד כדי כך אז טייל רבי'ס האבן געהייסן זייערע חסידים צו האלטן דעם ספר אינעם טלית בייטל אלס סגולה. אנדערע האבן אויך מקפיד געווען צו לערנען אינעם ספר טאג טעגלעך.
אינעם ספר ווערט דערמאנט דריי מאל אימרות וואס ער האט געהערט מפי "מורי" (דאס מיינט דעם בעל שם טוב). רבי נחום ווערט פאררעכנט פאר איינעם פון די עלטסטע תלמידים פונעם מגיד, וועמען ער ציטירט אסאך מאל אין ספר.
ביים סוף פון ספר ווערט געדרוקט א חיבור "ישמח לב", אויך פונעם זעלבן מחבר, אויף מסכתות אין ש"ס.
די צוויי חיבורים ווערן גערופן אויפן נאמען פונעם פסוק: "מאור עינים ישמח לב" וואס מיינט די תורה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!