מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
102,362
רעדאגירונגען
(←הונטערגרונט: פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
| שורה 16: | שורה 16: | ||
=== ליסטעס פון די ראשי הקבלה === | === ליסטעס פון די ראשי הקבלה === | ||
די [[גאונים]] און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור [[משנה תורה]], וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן. | די [[גאונים]] און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור [[משנה תורה]], וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן. | ||
== די פארשידענע תקופות אינעם קייט == | |||
דורכאויס די דורות האבן די חכמים זיך אפגעשריבן פריוואט מסורות וואס זיי האבן מקבל געווען און הלכות וואס זיי האבן מחדש געווען, אבער זיי האבן עס נישט אפגעשריבן און פארעפנטליכט אלס ספרים, וויבאלד [[דברים שבעל פה אי אתה רשאי לכותבן|עס איז געווען אן איסור]] אפצושרייבן די תורה שבעל פה. | |||
[[רבי יהודה הנשיא]] האט מסדר די [[משניות]], דער ערשטער חיבור אויף די יסודות פון גאנץ תורה שבעל פה. במשך פון תקופת התנאים זענען אויך פארפאסט געווארן חיבורים דורך [[רבי עקיבא]] ([[מכילתא דרשב"י]]) און דורך [[רבי ישמעאל]] ([[מכילתא]]). די תלמידים פון רבי יהודה הנשיא האבן אויך צוזאמענגענומען די הלכות און מסורות פון תורה שבעל פה, ווי [[רבי חייא]] און [[רבי אושעיא]] ([[תוספתא]]) און [[בר קפרא]] ([[ברייתא]]). | |||
די פלפולים און דיסקוסיעס באזירט אויף די משניות, און די פרישע ספיקות און הלכות וועלכע זענען צוגעקומען, זענען געווארן אפגעשריבן אין די מאנומענטאלע ווערק פארפאסט דורך די אמוראים, [[תלמוד ירושלמי]] און דערנאך [[תלמוד בבלי]]. | |||
ווען עס האט זיך געענדיגט די ארבעט אויפ'ן תלמוד בבלי, האט זיך מיט דעם געשלאסן די תקופה ווען אלע אידן זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער איין צענטראלע תורה-אויטאריטעט, ווייל נאך חתימת התלמוד זענען אידן געווארן אויסגעשפרייט איבער דער וועלט און עס איז שוין נישט געווען קיין "ראש הקבלה" אין שפיץ פון אלע וואס לערנען תורה. די [[מנהג]]ים און תקנות וועלכע ווערן באנייט אין שפעטערע דורות האבן אלזא שוין נישט דעם זעלבן שטאנד ווי די וועלכע זענען אויפגעקומען דורכאויס די צייטן פונעם שלשלת הקבלה; איין בית דין קען נישט צווינגען א צווייטן בית דין אנצונעמען זייערע רייד, נאר אויף יעדן ארט פירט מען זיך לויט ווי עס לערנט דער בית דין אויף זייער ארט. | |||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
רעדאגירונגען