אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשלת הקבלה"

2,910 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
←‏הונטערגרונט: פארברייטערט
(פארברייטערט)
(←‏הונטערגרונט: פארברייטערט)
שורה 8: שורה 8:
{{הויפט ארטיקל|תורה שבעל פה}}
{{הויפט ארטיקל|תורה שבעל פה}}
לויט די מסורה, טיילט זיך די תורה אין צוויי חלקים: די [[תורה שבכתב]] און די תורה שבעל פה. חוץ פון די "תורה שבכתב", דער טעקסט פון די [[חומש|חמשה חומשי תורה]] וואס איז געגעבן געווארן אפגעשריבן, זענען אויך איבערגעגעבן געווארן ערקלערונגען אויף די פסוקים וועלכע זענען נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הלכות און אנדערע דעטאלן וועלכע שטייען נישט ארויס אין די פסוקים אבער פעלן אויס זיי ריכטיג צו אפלערנען און אויספירן, און אפילו הלכות וועלכע זענען נישט געבינדן צו די פסוקים נאר זיי שטייען פאר זיך אלס [[הלכה למשה מסיני]]. השי"ת האט דאס אלעס אויסגעלערנט פאר [[משה רבינו]] ביים [[מעמד הר סיני]], און ער האט זיי ווייטער איבערגעגעבן מונדליך פאר די קומענדיגע דורות אלס "תורה שבעל פה".

=== די ראשי הקבלה ===
אין די [[משנה]] ווערט געשילדערט אין קורצן דער סדר וויאזוי די תורה שבעל פה איז אריבערגעגאנגען פון דור צו דור: {{ציטוטון|משה קיבל תורה מסיני, ומסרה ל[[יהושע בן נון|יהושע]], ויהושע ל[[זקנים]], וזקנים ל[[נביאים]], ונביאים מסרוה ל[[אנשי כנסת הגדולה]]|{{משנה|אבות|א|א}}}}. לויט ווי ערקלערט און פארברייטערט דורך די [[ראשונים]], אין שפיץ פון דער [[רמב"ם]], איז אין יעדן דור איבערגעגעבן געווארן די מסורות פון די תורה שבעל פה פאר איין אדער געציילטע מענטשן, פון די "ראשי חכמי ישראל" אין דור. יעדער אזא פירער, גערופן דער "ראש הקבלה", האט געהאט מיט זיך אנדערע חכמים אין זיין [[בית דין]], ווי אויך נאך "אלפים ורבבות" [[תלמיד]]ים וועלכע האבן פון אים געלערנט. דער ראש הקבלה האט געהאט די אויפגאבע איבערצוגעבן די גאנצע תורה ווייטער צום קומענדיגן דור.
אין די ערשטע דורות זענען די ראשי הקבלה בעיקר געווען נביאים און [[שופט]]ים, און שפעטער [[נשיא]]ים און [[אב בית דין|אבות בית דין]], די גרעסטע [[תנאים]] און די [[אמוראים]] וועלכע האבן געדינט אלס [[ראש ישיבה|ראשי ישיבות]] אין די בארימטע [[ישיבה|ישיבות]] אין זייער צייט, ווי [[ישיבת סורא|סורא]] און [[ישיבת פומבדיתא|פומבדיתא]].
=== ליסטעס פון די ראשי הקבלה ===
די [[גאונים]] און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור [[משנה תורה]], וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן.

{{דרעפט}}
{{דרעפט}}