אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבן משכית"
(צונויפגיסן רעפערענצן, פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
* ווייל מען טאר נישט טון קיין זאך אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז אין [[בית המקדש]], (וואס אין בית המקדש האט מען זיך געביקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין), פונקט ווי עס איז אסור צו בויען א שטוב אויסגעשטעלט ווי דער [[היכל]] אדער נאכמאכן די [[מנורה]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|כב|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=לא}}, לויט {{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ו|מפרש=כסף משנה}}, און מנחת חינוך אויף {{ספר החינוך|שמט}}}}. | * ווייל מען טאר נישט טון קיין זאך אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז אין [[בית המקדש]], (וואס אין בית המקדש האט מען זיך געביקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין), פונקט ווי עס איז אסור צו בויען א שטוב אויסגעשטעלט ווי דער [[היכל]] אדער נאכמאכן די [[מנורה]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|כב|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=לא}}, לויט {{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ו|מפרש=כסף משנה}}, און מנחת חינוך אויף {{ספר החינוך|שמט}}}}. | ||
==דער שטיין== | == דער שטיין == | ||
אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט{{הערה|שם=חינוך}}. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ח|ללא=שם|מפרש=רמ"א}}; {{משנה ברורה|קלא|מא}}}}, און אפילו איבער א פאדלאגע פון [[בעטאן]] געמישט מיט קליינע שטיינדלעך{{הערה|שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז}}. [[ציגל]] הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: {{ציטוטון|וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן|{{תנ"ך|בראשית|יא|ג}}}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ללא=שם|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ב'}}. | אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט{{הערה|שם=חינוך}}. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ח|ללא=שם|מפרש=רמ"א}}; {{משנה ברורה|קלא|מא}}}}, און אפילו איבער א פאדלאגע פון [[בעטאן]] געמישט מיט קליינע שטיינדלעך{{הערה|שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז}}. [[ציגל]] הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: {{ציטוטון|וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן|{{תנ"ך|בראשית|יא|ג}}}}{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|קלא|ללא=שם|מפרש=מגן אברהם}}, סעיף קטן ב'}}. | ||
טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור{{הערה|מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד}}. | טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור{{הערה|מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד}}. | ||
== דאס ביקן == | |||
מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין{{הערה|{{בבלי|מגילה|כב|ב}}; {{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ו}}}}. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן רמב"ם{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ח}}}} געבט מען אים [[מכת מרדות]], ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער [[אור זרוע]]{{הערה|הלכות תפילה סימן צ"ג}} איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ו|ז}}}}. | |||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} |
רעוויזיע פון 10:59, 7 מאי 2023
מקרא | ויקרא כו, א |
---|---|
תלמוד בבלי |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה כב, ב |
משנה תורה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו' |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, לאו י"ב ספר החינוך, מצוה שמ"ט |
אֶבֶן מַשְׂכִּית איז א שטיין באשטימט זיך צו ביקן דערויף. עס איז אן איסור זיך צו ביקן איבער שטיין אינדרויסן פון בית המקדש, אפילו צו השי"ת.
נאמען
דער טערמין "אבן משכית", דערמאנט אין פסוק: 'וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ'[1], ווערט געטייטשט דורך אסאך ראשונים אלס א באצירטע שטיין[2]; רש"י טייטשט עס א שטיין וואס מען האט דערמיט געפלאסטערט די ערד[3]. לויט ביידע פירושים, איז דער באדייט א שטיין וואס מען ביקט זיך דערויף[4].
דער איסור
מען טאר זיך נישט ביקן אויף אן אבן משכית אפילו צו השי"ת[5], דער איסור ווערט אויסגערעכנט דורך די ראשונים צווישן די לאוין[6].
אנדערע באנוץ, ווי שטעלן א קעסטל אויף אן אבן משכית, איז מותר[7].
עטליכע דעות ווערן דערמאנט אין די ראשונים איבער דעם טעם פון דער איסור:
- אזוי איז געווען דער סדר פון די עובדי עבודה זרה, צו שטעלן א שטיין בעפאר די עבודה זרה זיך צו ביקן דערויף, דעריבער איז עס געווארן גע'אסר'ט אויך פאר עבודת ה'[8].
- צוליב חשד, ווייל עס קוקט אויס ווי ער ביקט זיך צום שטיין[9]. דעריבער האט די תורה נישט גע'אסר'ט זיך צו ביקן איבער שיינע קליידער, ווייל א קלייד איז נישט קיין שטאנדהאפטיגע זאך און א מענטש מאכט עס נישט אלס זיין געטשקע[10].
- ווייל מען טאר נישט טון קיין זאך אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז אין בית המקדש, (וואס אין בית המקדש האט מען זיך געביקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין), פונקט ווי עס איז אסור צו בויען א שטוב אויסגעשטעלט ווי דער היכל אדער נאכמאכן די מנורה[11].
דער שטיין
אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט[10]. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס[12], און אפילו איבער א פאדלאגע פון בעטאן געמישט מיט קליינע שטיינדלעך[13]. ציגל הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: ”וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן” (בראשית יא, ג)[14].
טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור[15].
דאס ביקן
מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין[16]. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן רמב"ם[17] געבט מען אים מכת מרדות, ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער אור זרוע[18] איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר[19].
- ↑ ויקרא כו, א
- ↑ אבן עזרא און רשב"ם, ויקרא כו, א; ספר המצוות, לאו י"ב; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
- ↑ רש"י, ויקרא כו, א
- ↑ זעט תרגום אונקלוס, ויקרא כו, א: "אבן סגידא"
- ↑ רש"י, ויקרא כו, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז', און ספר המצוות, לאו י"ב; סמ"ג לאוין מ"ג; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת עבודה זרה, פרק ד', הלכה א'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'; סמ"ג לאוין מ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב
- ↑ רב האי גאון, געברענגט אין אור זרוע הלכות תפלה סימן צ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב, בשם יש אומרים; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
- ↑ 10.0 10.1 ספר החינוך, מצוה שמ"ט
- ↑ רש"י, מגילה כב, ב, ד"ה לא, לויט כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו', און מנחת חינוך אויף ספר החינוך, מצוה שמ"ט
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".רמ"א, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף ח'; משנה ברורה, סימן קל"א, סעיף קטן מ"א - ↑ שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגן אברהם, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף קטן ב' - ↑ מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד
- ↑ מגילה כב, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ח'
- ↑ הלכות תפילה סימן צ"ג
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'