אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מודה אני"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏די תפילה: פארברייטערט (סלה))
(←‏דרויסנדע לינקס: פארברייטערט)
שורה 28: שורה 28:
==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==
* [https://drive.google.com/file/d/1M1GQPKWJHoPpq8pKWzLX8oNyP_V-Mxfd/view ניגון "מודה אני"], ניגוני חב"ד עתיקים
* [https://drive.google.com/file/d/1M1GQPKWJHoPpq8pKWzLX8oNyP_V-Mxfd/view ניגון "מודה אני"], ניגוני חב"ד עתיקים
* [https://www.lahak.org/templates/lahak/article_cdo/aid/4315184/jewish/-.htm ענינה של תורת החסידות]


==נאטיצן==
==נאטיצן==

רעוויזיע פון 21:32, 2 מאי 2023

מוֹדֶה אֲנִי

מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה. רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ:​

ווערטער פון די תפילה אויף א וואנט אין תל אביב

מודה אני איז א קורצע און רעלאטיוו-נייע דאנק תפילה צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה, וואס ווערט געזאגט ביים זיך ערוועקן אינדערפרי.

מקור

מודה אני געפונט זיך נישט אין גמרא אדער שולחן ערוך און איז נישט געזאגט געווארן בימי חז"ל[1]. דאס ערשטע מקור איז אין ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר[2]. די תפילה איז א קיצור פון די ברכה אלקי נשמה וואס חז"ל האבן מתקן געווען צו זאגן ווען א מענטש ערוועקט זיך פון שלאף[3]. אין תלמוד ירושלמי שטייט אן ענליכן נוסח: "מודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שהוצאתני מאפילה לאורה"[4], אבער די תפילה אין ירושלמי איז א חלק פון דריי תפילות וועלכע ווערן געזאגט אין דריי צייטן פון טאג.

טראץ איר לעצטיגקייט איז מודה אני פון די באקאנטסטע תפילות, אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל, און ווערט געלערנט מיט קינדער פון א יונגע יארגאנג.

די תפילה

דער נוסח התפילה איז: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך.” (איך דאנק פאר דיר, לעבעדיגער און עקזיסטירנדער קעניג, אז דו האסט אין מיר צוריקגעקערט מיין נשמה מיט רחמנות. גרויס איז דיין באגלייבטקייט). אין סידור רבי קאפל ווערט געברענגט אן אנדערע נוסח געבויט אויף די עשר ספירות: "מודה אני לפניך מלך חי וקיים אדיר ונאור המפואר בגבורה וגדולה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו"[5]. דער חיד"א שרייבט א נוסח: ״מודה אני לפניך מלך רחום שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך יהי רצון שיהא לבי נכון ומסור בידי ולא אכעוס ולא אכעיסך״[6]. למעשה איז אנגענומען און געדרוקט אין די סידורים דער נוסח פון סדר היום[7].

די תפילה איז באזירט אויפ'ן געדאנק אז ביים שלאפן געבט מען איבער די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי טויט[8], און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי תחיית המתים. יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן, ווי ירמיה הנביא זאגט "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[9]. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן צום באשעפער אויף דעם מיט זיין גאנצן הארץ[10]. דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', וואו אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות.

מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד[11]. די תפילה קען מען זאגן גלייך ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף, נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי. אנדערע זאגן אז ווען די הענט זענען אומריין זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן אין קאפ[12].

דער שולחן ערוך הרב שרייבט אז מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני. געוויסע האבן דאס צוגעשטעלט אלס רפואה אויף orthostatic hypotension (העב')[א].

מען דארף מפסיק זיין צווישן די ווערטער בחמלה און רבה[13], אבער צווישן רבה און אמונתך זאל מען נישט, וויבאלד רבה גייט אויף אראפ, ווי אין פסוק "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[14].

טייל פירן אויס מיט "סלה", און געוויסע לייגן נאך צו אז מען זאל זיך וואשן די הענט בעפאר מען זאגט ארויס סלה וויבאלד עס איז גימטריה ווי די שמות הקודש הוי"ה און א-ד-נ-י צוזאמען. עס איז נישט קלאר דער מקור, ווי אויך וועלכע באדייט דאס ווארט פארמאגט אין צוזאמענהאנג מיט די תפילה[15].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. מאנכע שטעלן עס צו צו אנגעבליכע ווערטער פון א געוויסער דאקטאר, Linda McMaron פון גרויס בריטאניע, וואס האט געזאגט ביי א קאנפערענץ פון ניוראלאגן אין די פאראייניגטע שטאטן אז מען זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מען שטעלט זיך אויף, און מודה אני האט 12 ווערטער. זעט: 12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving, אויף HuffPost, ‏2012-11-26 (ענגליש). עס איז אבער נישט באקאנט איבער א דאקטאר מיט דעם נאמען.

רעפערענצן

  1. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות
  2. סדר היום א, געברענגט אין מגן אברהם סוף סימן ד' און אין אליה זוטא סק"ב
  3. ברכות ס, ב

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א' (דפוס וילנא: דף דף כ"ט, עמוד ב')

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יעקב קאפל ליפשיץ, סדור קול יעקב
  6. קשר גודל א, א

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח - חלק א
  8. ברכות נז, ב
  9. איכה ג, כג
  10. קיצור שולחן ערוך, ועוד
  11. שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
  12. יעב"ץ, עבודת הקודש און קיצור של"ה, געברענגט אין תוספות חיים אויף חיי אדם, כלל א' אות ט'
  13. סידור היעב"ץ, הנהגת הבוקר
  14. רבי אפרים זלמן מרגליות,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר הספרים היהודי

    פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יד אפרים, אורח חיים, ד'; רבי חיים מרדכי מרגליות, שערי תשובה, א, ה
  15. זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    קובץ אור ישראל (מאנסי) - סז, עמוד שע"ט;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם יעקב קאפל לויפער, מכתב למשמרת ח, תשס"ז; קובץ בית ועד חכמים ד', עמוד ת"ד; א שמועס אויף פארום אוצר החכמה