אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יצחק אייזיק סאפרין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
ק (←‏אריינפיר: אינערליכע פארבינדונגען)
שורה 8: שורה 8:
| התחלת פעילות = [[כ"א אב]] [[ה'תקע"ח]]
| התחלת פעילות = [[כ"א אב]] [[ה'תקע"ח]]
| סיום פעילות = [[י' אייר]] [[ה'תרל"ד]]
| סיום פעילות = [[י' אייר]] [[ה'תרל"ד]]
| רביס = [[רבי צבי הירש פון זידיטשוב]]; [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)]]
| רביס = [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|רבי צבי הירש פון זידיטשוב]]; [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)]]
| ספרים = חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך
| ספרים = חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך
| אב = [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]] פון קאמארנא
| אב = [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]] פון קאמארנא

רעוויזיע פון 08:24, 28 אפריל 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חסידות, פאריגער, עיקר חיבור, הויף ארט, נאכפאלגער, נומער אין דינאסטיע ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דער קאמארנער
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין
געבורט כ"ה שבט ה'תקס"ו
פטירה י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68)
קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע)
מקום קבורה קאמארנא, גאליציע
תקופת הפעילות כ"א אב ה'תקע"חי' אייר ה'תרל"ד (55 יאָרן)
רבי'ס רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)
ספרים חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך
ווייב מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו
קינדער רבי אליעזר צבי סאפרין
נוסח פון זיין מציבה
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד
אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל
מרן רבינו מוהר”ר
יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה
בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה
ת.נ.צ.ב.ה.

רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.

ביאגראפיע

געבורן געווארן צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא, אום כ"ה שבט ה'תקס"ו. אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וואס איז אויך פאררעכנט געווארן ביי אים אלס זיין רבי. אום יאר ה'תקפ"ב האט ער געהייראט מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, אטן איז געבליבן וואינען נעבן זיין שווער. מיט די צייט האט ער אויך אנגעהויבן דארט פירן באדמו"רות.

א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין זידיטשוב, אבער זיי האבן אים איבערגעטראגן פון די רבנות. ער איז געווען ער איז געווען דערנידעריקט, געליטן, און אַפילו הונגעריק פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות נאר אויף דעם וואס ער האט אויסגעהאלטן אלע רדיפות און אלס אנגענומען מיט ליבע און פרייד.

שפעטערע יארן איז ער אריבער וואוינען אין שטאט ווי זיין טאטע האט געוואוינט קאמארנא, ווי ער האט געוואוינט ביז סוף ימיו, און ער איז אויך פאררופן אויף די שטאט "רבי אייזיק'ל קאמארנא'ער".

ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיטן לעצטע נאמען "סאפרין"[א] וואס ער האט פארטוישט פון אייכנשטיין.

אין הקדמה צום ספר "זוהר חי" שרייבט אויף אים זיין זון רבי אליעזר צבי, אז ער איז געווען א גלגול פון דער ינוקא וואס ווערט געברענגט אין זוהר, אזוי אויך האט ער אליינס געשריבן אויף זיך אז ער איז געבורן געווארן אום יאר "משיח בן יוסף".

ר' יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין דער געשיכטע פון ​​ קאמארנא. געווען באווסט אלס א בעל מופת, און איז געווען א "אדמו"ר לאלפים"[1], און א גרויסער שרייבער אין אלע חלקי התורה, מערסטנס אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר". באקאנט מיט זיינע ארגינעלע פסיקות אין הלכה. ער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעש"ט, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט מיטן אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט[1].

זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב מיט רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), און איז אויך אסאך געפארן צו אלערליי צדיקי דורו.

נאך זיין פטירה האט זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין איבערגענומען זיין פלאץ.

פאמיליע

  • זיין טאכטער מרת הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג גרינדער פון זאלושיץ דינאַסטיע.
  • זיין זון רבי אלכסנדר סענדרסאפרין, איז אוועק נאך אין לעבן פון זיין טאטע.
  • זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא זי”ע.

זיינע ספרים

שרייבן ספרים האט ער געהאלטן אלס די הויפט ווערק פון זיין, ער האט געשריבן אסאך ספרים אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעש"ט, אריינגערעכנט צווישן זיי:

אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה אן הלכה, ווי פאלגנד:

באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי אפטיילן. דער ערשטער איז "ספר החזיונות" וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען, אזוי אויך רעדט ער אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (אין הויכפונקט פון אים און די ארומיגע), דער צווייטער איז "מעשה השם" מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס א גרויסער טייל פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
דער ספר איז ביז ארום ה'תש"י נישט געווען צו געפונען, סאיז נאר אריבער צווישן א קליין צאל קאמארנא חסידים בכתבי ידות, אום ה'תש"י האט מוסד הרב קוק דורך נפתלי בן מנחם געדרוקט צום ערשטן מאהל דעם ספר.

ליינט מער

  • ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה.
  • רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה.

דרויסנדע לינקס

זיינע ספרים אויף HebrewBooks זייטל

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 יצחק אלפסי, החסידות.


קאטעגאריע:אדמו"רי קומרנה קאטעגאריע:רבנים גליציאנים קאטעגאריע:קומרנה: רבנים קאטעגאריע:רבנים מקובלים קאטעגאריע:פרשני מגילת אסתר קאטעגאריע:פרשני ספר הזוהר קאטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קאטעגאריע:פרשני התפילה קאטעגאריע:פרשני התלמוד הירושלמי [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.