אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאטמאר שול הופער"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סאטמאר שול הופער צו רוי:סאטמאר שול הופער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (4)) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|4]] |
רעוויזיע פון 12:20, 24 אפריל 2023
13 הופער איז די ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט.
דער ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרונים זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די אלטע ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, האבן זיי געעפנט א נייעם אייגן ביהמ"ד.
אזוי אויך האבן זיי איינגערישט דעם נייעם ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן צו לערנען תורה, מיטן צושטעלן א ריזיגער היכל התורה און א אוצר הספרים מיט כל ערליי ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך. היינט צוטאג איז די היכל התורה דער גרעסטער לערנען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואו אידן זיצן און לערנען פון גאר פרי ביז שפעט ביינאכט, אזא מין שטייגער ווי די היכל התורה היכל ראזענבערג אין קרית יואל אין היכל חי' אין בארא פארק.
און יאר תשס"ו האבן די ראשי קהילה און גבאים פונעם ביהמ"ד געבויט א פרישן, סאך גרעסערן ביהמ"ד קעגן איבער אויף 14 הופער סטריט, וואס איז געווארן נאכגעפאלגט מיט גרויס סענזאציע און אלע וועלטליכע צייטונגען אלס דער "נס ביהמ"ד" צוליב וואס עס איז געבויט געווארן דורך הרב שלום לאנדא און יצחק ראזנבערג אין א קורצן צייט אפשניט פון בלויז 14 טאג, פונעם גרונד ביז דער ענדע. דער נייער ביהמ"ד איז באנייט געווארן ראש השנה תשס"ז צוזאמען מיטן סאטמארער רבי,
וועלטליכע צייטונגען באשרייבונגען
- Satmar 'miracle' temple up in 14 days, (דעילי ניוז סעפטעמבער 30 2006).
- It's a House of 'Gosh!', (ניו יארק פאסט אקטאבער 2 2006).
- Splintering of Satmar Community Leads to a 'Miracle' Synagogue, (ניו יארק סאן סעפטעמבער 27 2006).
- In Brooklyn, Hasidim build shul in a flash, (טיימס העראלד רעקארד אקטאבער 3 2006).
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סאטמאר שול הופער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!