אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זושא שמעלצער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (0))
צייכנס: מאנועל צוריקשטעל צוריקגעשטעלט
ק (החלפת טקסט – "0" ב־"")
צייכנס: מאנועל צוריקשטעל צוריקגעשטעלט
שורה 56: שורה 56:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|0]]

רעוויזיע פון 11:40, 24 אפריל 2023

משולם זושא שמעלצער איז א מחנך, קאמפאזיטאר, בדחן, זינגער און א גבאי צדקה.

ער איז געבוירן געווארן צו ר' ראובן שמעלצער, א סקווערער חסיד, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן.

ר' זושא ווערט פאררעכענט צווישן די ארגינעלע ערשטע קינדערישע חינוך קאסעטעס מאכער, וואס איז היינט צום געפונען אין יעדן היימישן שטוב. די א-ב וועלט, מידות וועלט, נקודות וועלט, און נאך.

ער איז א עלטערער ברודער פון דעם זינגער ליפא שמעלצער, וואס איז נאר דורך אים באקאנט געווארן און געשטיגן צו זיין ראנג, ביים דינען אלץ ילד הפלא אין זיינע קינדער קאסעטן.

זושא איז באקאנט פאר זיינע פולע 'חינוך פארשטעלונגען' צו יעדער צייט, זייענדיג אליינס א גוטער אקטיאר און סצענע שרייבער. בכלל איז ער משמח וועמען ער טרעפט נאר, אויך נישט יודען, און וועט זיך כאטשיג ווען אפשטעלן משמח זיין פאליציאנטן וואס שטייען אויף דינסט צו העלפן אנדערע.

ר' זושא איז א אייניקל פון רבי אלימלך פון ליזשענסק, און בזכותו - זאגט ער - וואונטשט ער אן יודן וואס זעען אפענע ישועות טאג טעגליך.

זיינע באקאנטע וועלטס לידער

ר' זושא האט זוכה געווען אז עטליכע פון זיינע אייגנפארפאסטע לידער זענען געווארן וועלטס ניגונים, ווי א שטייגער; טוב טוב להודות, און שהשלום שלו.

זיינע קאסעטן

  • שופר של משיח
  • אלף בית וועלט
  • מידות וועלט
  • נקודות וועלט
  • דער נייע טאנץ
  • ניגוני יו"ט עהרליך
  • סיפורי צדיקים - אסאך חלקים

יארן לאנג איז ר' זושא געווען דער אנפירער פון אומצאליגע חינוך אקטיוויטעטן אין ניו יארק, ווי דער 'מעמד פדיון פטר חמור', און חינוך פארשטעלונגען.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!