אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אריה לייב פון שפאלע"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:יהודה לייב משפולי) |
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
די ניגונים פון [https://crownheights.info/chabad-news/24495/music-new-single-the-shpoler-zeides-nigun/ 'קול ביער'] און '[https://shpolerzaide.wordpress.com/the-zaides-niggunim/ האפ קאזאק'] זענען באוואוסט אלס זיינע לידער. | די ניגונים פון [https://crownheights.info/chabad-news/24495/music-new-single-the-shpoler-zeides-nigun/ 'קול ביער'] און '[https://shpolerzaide.wordpress.com/the-zaides-niggunim/ האפ קאזאק'] זענען באוואוסט אלס זיינע לידער. | ||
== | ==דרויסנדע לינקס== | ||
* [http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/shpoler.pdf דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (PDF)] | * [http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/shpoler.pdf דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (PDF)] | ||
* [http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/shpoler.mp3 דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (MP3)] | * [http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/shpoler.mp3 דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (MP3)] |
רעוויזיע פון 15:02, 21 אפריל 2023
ר' יהודה אריה לייב פון שפאלע (ה'תפ"ה - ו' תשרי ה'תקע"ב), באוואוסט אלס "דער שפאלער זיידע", איז געווען א צדיק און א רבי פון חסידים אין רוסלאנד.
מ'האט אים אויך גערופן 'דער שפאליאנסקער'.
אום יאר תפ"ה איז ער געבוירן, אין אומאן, צו זיין פאטער ר' ברוך, און זיין מוטער רחל, אן אייניקל פונעם מהר"ל פון פראג.
ס'דא וואס מישן אויס זיין אידענטיטעט, מיט ר' לייב שרה'ס, ווייל ביידע זענען געווען באקאנט אלץ גיבורי רוח, מיט וואונדערליכע דערציילונגען איבער זייערע העראישע אקטן פאר יודנ'ס וועגן. אבער עס איז קלאר, אז זיי זענען געווען צוויי באזונדערע צדיקים, ווען ער, דער שפאלער זיידע, האט געהייסן יודא לייב, און ליגט אין שטאט שפאלי, און ר' לייב שרה'ס האט געהייסן אריה לייב, און ליגט אין שטאט יאלטיטשקאוו, און זיין פאטער האט געהייסן ר' יוסף, און פון ביידע זענען דא היינט אייניקלעך, מיט א אַטענטיקע אפשטאם.
עס זענען פארהאנען די פאמיליע 'זיידא' וואס שטאמען פונעם שפאלער זיידע.
אייניקלאך פון דעם שפאלער זיידע פייערן יעדע יאר אום י"ט שבט א סעודת הודאה פאר א נס וואס איז פארגעקומען דעם זיידען און זיין לעבן געראטעוועט. עס איז אויך פאראן אויף דעם א "מגילת י"ט שבט" גשעריבען אין שפעטערדיקע יארן דורך זיין אייניקיל ר' משה אהרן גייסינסקי ע"ה.
די ניגונים פון 'קול ביער' און 'האפ קאזאק' זענען באוואוסט אלס זיינע לידער.
דרויסנדע לינקס
- דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (PDF)
- דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (MP3)
- הכרת הטוב (העברעיש)
- דער סדר-קדש (ענגליש)
- The Dancing Zeyde (ענגליש)
- Shpoler Zaide website (אויף ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!