אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:העלמוט קאהל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:הלמוט קוהל)
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
שורה 20: שורה 20:
{{-}}
{{-}}


== וועבלינקען ==
==דרויסנדע לינקס==
{{קאמאנסלינק}}
{{קאמאנסלינק}}



רעוויזיע פון 11:15, 21 אפריל 2023

העלמוט קאהל

העלמוט יאזעף מיכאל קאהל (דייטש: Helmut Josef Michael Kohl; ‏3טן אפריל 193016טן יוני 2017) איז געווען א דייטשער פאליטיקער פון דעם קריסט-דעמאקראטישן פאראיין  (CDU), וואס האט געדינט צווישן די יארן 19821998 ווי קאנצלער פון דייטשלאנד, א לענגערער קאדאנץ ווי יעדן אנדערן קאנצלער; ערשטנס ווי דער פירער פון מערב דייטשלאנד, און דערנאך ווי דער פירער פון פאראייניגטן דייטשלאנד.

לעבנסגעשיכטע

העלמוט קאהל איז געבוירן אין א קאנסערוואטיווער קאטוילישער משפחה אין לודוויגסהאַוון. זיין פאטער, האנס קאהל, איז געווען אן אפיציר אין דער דיישטער מיליטער ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה, און איז געווען א פינאנציעלער ראטגעבער. קאהל האט געהאט צוויי ברידער; זיין עלצטער ברודער איז גע'הרג'עט געווארן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווען ער איז געווען אלט 10 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער היטלער יוגנט ארגאניזאציע.

אין 1946 האט ער זיך איינגעשלאסן אין דער CDU, די קריסט־דעמאקראטישע פאראיין, און איז געווען טעטיק אין אויפשטעלן דעם יוגנט צווייג פון דער פארטיי אין זיין היימשטאט. ער האט שטודירט סאציאלע וויסנשאפט און פאליטיק, און אויך היסטאריע אין פראנקפורט.

פאליטישע קאריערע

אין 1966 איז קאהל געווארן א מיטגליד אין דעם עקזעקוטיוו קאמיטעט פון זיין פארטיי, און אין 1969 וויצע-פארזיצער פון דער פארטיי. צווישן די יארן 1969–1976 איז ער געווען פרעמיער מיניסטער אין זיין לאנד, ריינלאנד-פאלץ.

אין 1973, נאך א לא-יוצלחדיקע אומצוטרוי וואל קעגן דעם דעמאלסטיקן קאנצלער ווילי בראנדט, איז קאהל באשטימט געווארן פארזיצער פון דער CDU פארטיי, און האט געדינט אין דעם אמט 25 יאר. אין די יארן פון 1976 ביז 2002 איז קאהל געווען א מיטגלידע אינעם בונדעסטאג, דער דייטשער פאראלמענט.

העלמוט קאהל, 1969

קאהל איז געווארן דער זעקסטער קאנצלער פונעם פעדעראלן דייטשלאנד דעם 1טן אקטאבער 1982.

אין די וואלן אין 1998 האט געזיגט דער קאנדידאט פון דער סאציאלער דעמאקראטישער פארטיי (SPD) פאר קאנצלער, דער פרעמיער מיניסטער פון  נידער-זאקסן, גערהארד שרעדער.

דרויסנדע לינקס

פריערדיגער:
העלמוט שמיד
קאנצלער פון דייטשלאנד
1982 - 1998
נאָכפאלגער:
גערהארד שרעדער
קאנצלער פון דייטשלאנד

קאנראד אדענאער | לודוויג ערהארד | קורט געארג קיזינגער | ווילי בראנד | העלמוט שמיד | העלמוט קאהל | גערהארד שרעדער | אנגעלא מערקל | Olaf Scholz

הערב פון דייטשלאנד


Society.svg דער ארטיקל בנוגע פאליטיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!