אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאכניווקא (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:מאכניווקא (הויף) צו רוי:מאכניווקא (חסידות) אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:חסידות מכנובקה)
שורה 34: שורה 34:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:חסידות מכנובקה]]

רעוויזיע פון 07:26, 21 אפריל 2023

הרה"צ אברהם יהושע העשיל טווערסקי, דער צווייטער מאכניווקער רבי
הרה"צ יהושע רוקח, דער היינטיגער מאכניווקער רבי

מאכניווקא חסידות געהערט צו דער טשערנאבלער גזע. הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי האט געגרינדעט דעם הויף אין מאכניווקא, א שטעטל אין אוקראינע. דער היינטיגער רבי פירט זיין רעביסטעווע אין בני ברק, ישראל; ער איז אויך א בעלזער אייניקל און מען רופט דאס חסידות היינט מאכניווקא־בעלזא. מאכניווקא איז אן אפצווייג פון סקווער.

וויבאלד דער היינטיגער מאכניווקער רבי איז א בעלזער אייניקל, זענען צוגעקומען צו זיין חסידות בעלזער חסידים וואס האבן נישט מקבל געווען די רעביסטעווע פונעם היינטיגן בעלזער רבין. אחוץ דעם בית המדרש אין בני ברק, האבן זיי צוויי שטיבלעך און א ישיבה קטנה אין סטעמפארד היל, לאנדאן. אויך האבן זיי שטיבלעך אין ירושלים, בית שמש ביתר און אלעד, און אויך אין סאלפארד (מאנטשעסטער), אנטווערפן, בארא פארק און וויליאמסבורג.

ייחוס

די טשערנאבלער גזע האט געגרינדעט דער טשערנאבלער מגיד, הר"ר מנחם נחום טווערסקי, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות.

  • הרה"צ מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל - מחבר פון "מאור עינים", תלמיד פון בעל שם טוב
    • הרה"צ מרדכי טווערסקי, טשערנאבלער מגיד, זון פון מאור עינים - האט געהאט אכט זין וואס יעדער איינער האט געגרינדעט א גזע

ר' אברהם יהושע העשיל איז געווען מאכניווקער רבי 70 יאר, פון תרע"ז ביז תשמ"ח. במשך א לענגערער צייט אין ראטן פארבאנד האט ער מרביץ תורה געווען און פארשפרייט חסידות אקעגן דעם רצון פון די קאמוניסטישע אויטאריטעטן. נאכן צווייטן וועלט קריג האט די סאוועטישע רעגירונג אים געבעטן צו דינען אלס הויפט רב פון דער סאוועטן פארבאנד. ער האט אבער אפגעזאגט דעם אמט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך פירן לויט זייערע דעות. פאר דעם האט מען אים פארטריבן אין סיביר.

אין תשכ"ה האט מען אים ערלויבט צו פארלאזן דעם סאוועטן פארבאנד און ער האט געוואנדערט קיין בני ברק.[2]

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, "החסידות מדור לדור"
  2. המודיע באנד 447


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!